זונטיג גענעראל פארזאמלונג און הספד אין ב"פ
איך הער אז עס וועלן היינט נאכט פארקומען הספדים בבית מדרשינו הגדול אין בארא פּארק און אין קרית יואל, אזויווי מען האט ביז היינט נישט געקענט געהעריג מספּיד זיין צוליב חודש ניסן. ווער עס ווייסט מער פּרטים זאל ביטע פּאוסטן.
יעצט ביי דעם הספד אין בארא פארק האבען הרב ביק מיט הרב יוסף בנימין וואזנער מכתיר געווען רבינו שליט"א אלץ ממלא מקום אבותיו און מרא דאתרא. ווער קען ברענגען מער פרטים?
איך הער אז הגאון רבי יחזקאל ראטה האט מספיד געווען ועוד.
היינט איז ר' יעקב מרדכי בערקאוויטש ארויף צו הרה"ג מקארלסבורג שליט"א און געזאגט אז די גאנצע מסיבה היינט נאכט איז נאר כדי צו טשעפענען מיט הרה"ג ר' חיים דוד כ"ץ, (און ממילא זאל ער נישט גיין), האט ער געענטפערט: "און ר' חיים דוד מעג טשעפענען מיט מיין איידעם???" (הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקיט"ל ב"פ).
הרה"ג אבד"ק מעזיבוש שליט"א האט אזוי אנגעהויבן:"מורי ורבותי, ברשות כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו מרן ר' אהרן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר זצ"ל, ממלא מקום אביו הגה"ק זצ"ל, וועל איך יעצט אנהייבן בהספד און דערנאך צוריק קומען צום ענין פון רבי'ן שליט"א".
דערנאך האט אויפגעטרעטן ר' שבתי מרדכי מארקאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד, און גערעדט בענין אז די בארא פארקער קהילה האט מקיים געווען די לעבעדיגע צוואה פון רבי'ן זצ"ל הכ"מ, און באטאנט אז אפי' די א.ג. גיפעלטשטע צוואה לויטעט אויך נאר אויף וומ"ס.
איך האב געהערט אז ער האט נעכטען געדארפט געבן תשובה,
איז עס אמת?
אויב יא וואס איז געווארען?
אויב נישט ווען דארף ער געבן תשובה?
וואס איז שייך געבן תשובה? ער האט דאך מכתיר געווען ר' זלמן לייב ביי זייער הכתרה פארן לוויה?