היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » לאמיר מעסטן די אויבערהאנט אין קהלות

לאמיר מעסטן די אויבערהאנט אין קהלות

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1897571

ווארהייט » 27/4/2006 09:37

וואו ס'האלט דערווייל האבן רוב סאטמארע קהלות זיך אונטערגעווארפן אונטער כ"ק רבינו שליט"א'ס הנהגה. פון די סאטמארע קהלות וואס האבן זיך אונטערגעווארפן אונטער א רבי זענען רוב רובם געגאנגען צום רבי'ן שליט"א.

(מען רעכנט נאר אריין די עסטאבלישד קהלות, נישט די גלות קהל'ס וואס זענען געעפנט געווארן דורך די אהרונים אדער זאלונים אין פארשידענע ערטער)

רבינו שליט"א
בארא פארק, קרית יואל, בני ברק, לאנדאן, מאנטשעסטער

זאלי
וויליאמסבורג (ווי געזאגט רעכנט מען נישט אריין קיין גלות קהל, כאטש אין וויליאמסבורג זענען די חסידי רבינו שליט"א א ריזיגע רוב), ירושלים

קיין איינס פון די צוויי
מאנסי

אלזא, לויט ווי עס האלט יעצט איז עס 5 קעגן 2


תוקן על ידי - ווארהייט - 27/04/2006 9:40:53

אחת_למעלה » 27/4/2006 18:01



טייערער ווארהייט, עס אזי כדי אז די, מיט אלע ארונים און זאלונים צוגלייך, זאלען זיך אריינעמען אין קאפ אז מהיום והלאה זענען דא לכל הפחות צוויי אדמור"י סאטמאר. אין די אלע קהילות וואס די דערמאנסט זענען דא ארונים און אנטי-ארונים בשפע. ס'איז נישטא קיין קראנטע סטאטיסטיקס קלאר צו שטעלן ווער ס'האט וויפיל פראצענט וואו, חוץ אין קרית יואל וואו לכל הפחות 43% זענען אנטי-ארונים.

verbeenich » 27/4/2006 18:31

טייערע ווארהייט,

ווען 50% פון א קהלה טיילט זיך אפ איז עס גארנישט קיין גלות קהלה

עס איז דא צוויי גרויסע קהלות איבעראל

wassa_dif » 27/4/2006 19:08

וואס איז מיט אנטווערפען?

פאטאקי08 » 28/4/2006 00:11

איך מיין אז דעיס באלאנגט אין א אנדערע אשכול ווי מען האט שוין געשריבן וועגן ווער עס האט מער

אין לאמיר צולייגן נאך איינס וואס די האסט נישט אויסגערעכענט
מאנטריאל
וואס האט מקבל מרות געווען די קהלה און בית אסתר און תלמוד תורה און ישיבה לצערים בנשיאות כ"ק רבינו שליט"א
אונטער געשריבן פון 5 ראשי הקהלה
האסטו שוין 6

פאטאקי08 » 28/4/2006 00:36

ווידער פון ירושלים האב איך נישט געזען קיין צעטיל אדער עפעס ווער ס'איז דארט רבי

boro567 » 28/4/2006 01:09

אין מאנטריאל קימען זיך ציזאם היינט נאכט
אלע חסידים פון כ"ק רבינו שליט"א מקבל מרות זיין.

בא_ללמד » 28/4/2006 01:31

איך הער אז מאנסי פלאנט למעשה יא אויפצונעמען רז"ל, איינער האט מער פרטים ?

פאטאקי08 » 28/4/2006 01:36

בארא
איך וויל דיר אויסבעסערען
נישט אלע חסידים נאר די קהלה קדושה
קהל יטב לב דסאטמאר מאנטריאל יצ"ו
וואס דער רבי זי"ע הכ"מ האט זייער ליב געהאט ער פלעגט שטענדיג זאגן אז נאך די מלחמה איז ער קודם געקומען קיין מאנטריאל און נאכדעם און אמעריקע
און זיי וועלן זיכער ממלא זיין רצון קדשו

ווארהייט » 28/4/2006 05:41

עס איז אריבער נאך א טאג און עס האלט ווייטער 5 קעגן 2

מאנטריאל האלט גאר נאנט פאר'ן אויפנעמען דעם רבי'ן שליט"א אלס רבי. אלזא אין די קומענדיגע טעג וועט עס ווערן 6 קעגן 2.

חסידים איז דאך אפגערעדט אז דער רבי שליט"א האט רוב רובם סאטמאר, אבער אפילו אין קהלות האט ער אויך א מעכטיגע אויבערהאנט. בקיצור, דער רבי שליט"א נעמט איבער סאטמאר אן קיין איין שאס, צי זאלי'ס פי אר קאמפאני דזשארדזש ארטז איז יא מסכים אדער נישט.

ווארהייט » 28/4/2006 16:10

חשוב'ער מנהל, ביטע אויסמעקן די וואס ווילן פארדרייען דעם שמועס.

איך האב קלאר געשריבן אז דא זאל מען נאר רעדן פון אפיציעלע קהלות, נישט די גלות קהלות.

אויב זאל איך קוקן אויף ווער עס האט מער חסידים דעמאלטס האט סאטמאר אין וויליאמסבורג אויך אינדאסירט דעם רבי'ן שליט"א.

אין דעם אשכול זאל מען סטריקטלי נאר רעדן פון די וואס קאנטראלירן די אפיציעלע קהלות און די קאסעס.

פאטאקי08 » 29/4/2006 00:15

נו! וואס טוט זיך מיט מאנטריאל?
קיינער ברענגט נישט קיין אפדעיטס!!

מאנטריאל » 29/4/2006 02:12

פאטאקי, אין מאנטריאל האט קהל קיינעם נישט אויף גענומען. און מען וועט קיינעם נישט אויף נעמען.

פאטאקי08 » 30/4/2006 22:16

מאנטריאל
ווער איז דארט קהל?

ווארהייט » 30/4/2006 22:36

דער ציבור אין מאנטריאל איז רוב רובם פאר'ן רבי'ן שליט"א, אבער די ראשי הקהלה איז צוטיילט צווישן די צוויי זייטן און די זאליס אין די קהלה פירן א שווערע מערכה אז מען זאל נישט אויפנעמען קיינעם. (זיי האבן נישט די חוצפה צו פארלאנגען אז דעם סיגעטער זאל מען יא אויפנעמען).

וועלן מיר זען די קומענדיגע פאר טעג וואס עס וועט זיך אויסלאזן אין מאנטריאל.

דערווייל בלייבט עס ווייטער 5-קעגן-2 פאר'ן רבי'ן שליט"א.

פאטאקי08 » 30/4/2006 23:15

קענסט אשפר זרייבן די נעמען פון די ראשי הקהלה?

איך ווייס אזויפיל
יעקב מאראווקא ?
יוסף שמואל פאזן ?
אייזיק שווארץ ?
שמואל יעקב שפיטצער - רבינו שליט"א
מרדכי קאהן - זאלי
יודא ליב פאל - זאלי
ברוך אברהם פערלמוטער - ווער עס וועט אים געבן מערסטע דעקונג
משה חיים ווערצבערגער - מאנטריאלער רב
יודל ווערצבערגער - רבינו שליט"א
שלום וואלדמאן ?

ווער נאך?

אותו_חלומה » 7/5/2006 20:41

קען איינער אפדעיטען וואס עס גייט פאר אין מאנטשעסטער, אנטווערפען, און מאנטריאל איך זעה אז חדשות ילדי סיגעט מאכט גאנצע צימעס פון מאנטשעסטער און אנטווערפען
איך פארשטיי אז נאך אזא אנגעזעצטע שבת וואס מען האט קלאר געזען בחוש אז אפילו וויליאמסבורג איז אויך די מערהייט פאר רבינו שליט"א מוזן זיי ווייזן פאר די קליינע קינדער אז זיי האבן גאנץ מאנטשעסטער און אנטווערפען צוזאמען מיט די חובות וואלט איך געוואלט אז איינער וואס ווייסט זאל קלאר שטעלן די פאקטן.
אגב אז מען רעדט פון חובות וויל איך אויפמעקזאם מאכן אז די וואך ביי שלש סעודות האט מען געזען אויף די אויבן אן איינעם וואס פלעגט בי לעצטנס גיין צום סיגעטער און ער איז יעצט געקומען צום רבי'ן שליט"א, און איך וואלט גערן געקענט באשטיין ער זאל בלייבן ביים סיגעטער פשוט ווייל איך האלט עם נישט ביים געבן א פינעפער וד"ל...  ווי איז ער געווען ביז יעצט?????????