היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "הוא ולא אחר" - נאר ר' אהרן זאל ממלא מקומי זיין

"הוא ולא אחר" - נאר ר' אהרן זאל ממלא מקומי זיין

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1897481

בא_ללמד » 27/4/2006 06:58

ביים גענעראל פארזאמלונג אין ביהמ"ד אין וויליאמסבורג האט מען צום ערשטן מאל געהערט די פערזענליכע עדות'שאפט פון הגה"ח ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א וואס רביה"ק זי"ע הכ"מ האט אים געזאגט:

"ס'איז א דבר פשוט מאד, איך האב שוין מגלה דעת געווען כמה פעמים פאר אסאך אירע, פאר די ראשי הקהלה, אז מיין זוהן ר' אהרן זאל זיין ממלא מקומי, הוא ולא אחר, אין אלע מוסדות סאטמאר בכל קצבי תבל !!! ס'איז א דבר פשוט מאד" !!!

ספעציעל האט ער דערציילט די מעשה וואס איז פארגעקומען פונקט צען יאר צוריק [ד' תזריע מצורע תשנ"ו !], ער האט דערציילט אז ער האט געפרעגט דעם רבי'ן, "און גארנישט פאר די אנדערע קינדער ?", האט דער רבי געפרעגט "וועלכע קינדער?", זאגט ער "ר' זלמן לייב". פרעגט אים דער רבי "עס איז דא אפילו א הוא אמינא?!", האט ער געזאגט אז יא, ווען רבינו שליט"א איז געווארן רב אין קרית יואל איז געווען א הוא אמינא צו נעמען רז"ל, האט זיך דער רבי אנגערופן:

‏‏‏איך קען מיינע קינדער, און איך זאג דיר, "ער", און נאר "ער", איז ראוי לאותו איצטלא. "הוא ולא אחר" !!!

דאן האט דער רבי זי"ע ווייטער נאכגעזאגט דאס באקאנטע ווארט פון שינאווער רב זי"ע אויף "הוא אשר דבר לעם סגולתו, שמור לקדשו מבואו ועד צאתו", און אויסגעפירט אויף כ"ק רבינו שליט"א, "איך קען איהם נאך פון אלס קינד, ער האט זיך מקדש געווען בעשר קדושות, ער איז א איש אמת, ער וועט נישט משנה זיין בדיבורו פאר כל חללי דעלמא", ביי אונז אין סיגוט און אין צאנז, האט א איש אמת געמיינט אלעס.".

ער האט נאך צוגעלייגט אז ביים טיר האט ער געטראפן רז"ל, און רז"ל האט אים געפרעגט וואס ער האט גערעדט מיטן רבי'ן זי"ע, פארשטייט זיך אז ער האט זיך ארויסגעדרייט, האט אים רז"ל געפרעגט, "ער האט גערעדט וועגן די רבנות, אז נאר ר' אהרן זאל איבערנעמען ?!", האט ער געענטפערט אז יא, זאגט אים רז"ל "ס'איז מיר נישט קיין נייעס, ער האט עס מיר אויך געזאגט. ער האט אונז אלע קינדער צוזאמגערופן ווען ער איז געווען אין שפיטאל, און ער האט אונז געזאגט אז "נאר ער זאל זיין, ער און נישט קיין צווייטער".

אויך האט ער דערציילט וואס רביה"ק זי"ע הכ"מ האט אים דאן געזאגט, "דאס איז געווען מיין דעת אלע יארן, קיינער וועט נישט בייפאלן עפעס אנדערש, עס איז א דבר פשוט, יעדער ווייסט איך האב מגלה געווען דעתי להלכה, ווען עס איז געווען נוגע להלכה, אז נאך די 80 יאר קען מען נישט טוישן קיין מיינונג".

[איך האב פארבעסערט צו די אקוראטע ווערטער וויאזוי הגה"ח ר' נפתלי הירצקא האט זיי איבערגעגעבן פארן ציבור].


תוקן על ידי - כל_העולם - 28/04/2006 2:37:45

בא_ללמד » 27/4/2006 07:02

ביטע נישט דעבאטירן אין דעם אשכול די פרטים פונעם גענעראל פארזאמלונג, דא זאל מען נאר דיסקוסירן וועגן די דאזיגע טעמע.

א דאנק.

עכטע_נייעס » 27/4/2006 07:53

ער האט אויך פארציילט אז א פאר יאר שפעטער ווען ס'האט זיך שוין גערידערט וועגן ר'ז"ל איז ער איינמאל געווען און פלארידא און ער האט פינקט שפאצירט אליין מיט רבינו זי"ע הכ"מ האט ער געפרעגט רבינו זי"ע הכ"מ צו ער האט צוריק געצויגן פון וואס ער האט אים געהאט געזאגט האט ער געזאגט ח"ו איין זאך ער וויל דערלעבן משיח

13Hooper » 27/4/2006 08:26

אויך האט עיהם דער רבי הכ"מ געזאגט דעמאלס,

אז נאך די 80 יאר איז מען נישט אין א מצב צי חרטה האבען וואס מען האט געזאגט בימי חורפו (נישט פינקטליך מיט דעם לשון  אדרבה ווער עס קען ביטע פארעכטען )

allllways » 27/4/2006 18:02

ג איך האב געהערט אז ר' יעקב  ווייס שליטא פון מאנסי האט אויך פארציילט די מעשה פון ר' הירצקא צוויבל, און ער האט געזאגט אז דער רבי זי"ע האט אים אריינגערופן אין דעם זעלבן טאג וואס ער איז געווארן אכציג יאר, און ער האט אם געזאגט איבער רבינו שליטא'ס איבערנעמען דאס רבנות, און האט אים געזאגט אז אזוי ווי עס ווערט געברענגט אז נאך אכציג קען מען זיך שוין נישט פולקאם פארלאזן אויף א צוואה (בערך אזוי) זאגט ער איצט וואס ער וויל.
אויך האט ער געזאגט אז ר' הירצקא האט דעמאלטס אויסגעשמועסט מיט'ן רבין געוויסע ענינים און דעטאלן וואס איז נאך נישט אין פלאץ איבערצוגעבן.

אחת_למעלה » 27/4/2006 18:49



איז די מעשה פארגעקומען פאר די כתובה גניבה הידוע?

hotwire » 27/4/2006 18:54

וועלכע כתובה גניבה?????

אחת_למעלה » 27/4/2006 18:59



פרעג דיך נאך וועמען די רבי ז"ל האט ארויסגעווארפן פון שטוב ווען ער האט אים געכאפט גנבענען זיין כתובה. נעמען שרייב איך נישט.

איך_הער » 27/4/2006 23:28

רבותי ווער ס'האט נישט אליין געהערט הרב הירצקא'ס דרשה זאל נעמען אפאר מינוט און עס אויסהערן ,איך ביך זיכער אז ער וועט נישט חרטה האבן , ס'איז מורא'דיג
מ'קען עס הערן אויף קול חוצב

בא_ללמד » 28/4/2006 03:25

אגב איז אין פלאץ דא צו דערמאנען, אז די פלאמענדיגע ווערטער איבער דעם מדת האמת פון כ"ק רבינו שליט"א, האט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע הכ"מ שוין געזאגט ברבים מיט 17 יאר צוריק, וואו ער האט קלאר און דייטליך געזאגט אז רבינו שליט"א איז אזא איש אמת אז ער וועט נישט משנה זיין זיינע ווערטער פאר כל חללי דעלמא !

דוכט זיך אז אויב מיר נעמען אן די דאזיגע ווערטער פון רביה"ק זי"ע הכ"מ אלס ריכטיג, דאן בלייבט מער נישט איבער וואס זיך צו טענה'ן איבער די גאנצע טעמע, נאך וואס רבינו שליט"א האט שוין קלאר געזאגט וואס דער טאטע האט אים געזאגט ב' דחול המועד פסח תשנ"ט.

[נ.ב.

אינאיינוועג'ס איז אינטערעסאנט צו דערמאנען די באקאנטע קאסעטע וואס איז אויפגעשפילט געווארן מיט פינף יאר צוריק, וואו מ'האט געהערט משה פרידמאן און רז"ל חוזק מאכן פון רבינו שליט"א, היתכן ער האט זיך געוואגט צו זאגן אז דער ציפער פון הונדערט טויזנט (מקבלי פנים פאר רביה"ק זי"ע הכ"מ אין אר"י) איז א גוזמא...

ראו מה בין בני לבן חמי].

עכטע_נייעס » 2/5/2006 08:20

איך ברענג ארויף די אשכול ווייל מיט די דרשה פון אב"ד סאטמאר מאנטשעסטער ווערט דאס צוויי מענטשן וואס זאגן דאס