קהל חמדת ישראל דסאטמאר מונסי נעמט אויף חיים יושע
די אסיפה פון טובי הקהל אין מאנסי האט זיך פארענדיגט דערווייל אהן א החלטה, צו מ'זאל אויפנעמען חיים יהושע אדער זלמן ליב
דאנערשטיג וועט זיין א גענעראל פארזאמלונג און מאנסי
כפי השמועה בבאבוב
הוכתר הערב ע"י ראשי קהילת סאטמער במונסי האדמו"ר ר' חיים יהושע בן כ"ק אדמו"ר ר' יעקב יוסף הלברשטאם שליט"א לאדמו"ר מסטמער מונסי
מיהו ר' חיים יהושע הנה הסטוריה בקיצור
ר' חיים יהושע הלברשטאם
בן יחיד להאדמו"ר ר' יעקב יוסף הלברשטאם שליט"א
בן ר' חיים יהושע זצוק"ל הי"ד
בן האדמו"ר בעל הקדושת ציון זצוק"ל הי"ד
אימו הרבנית המנוחה ז"ל היתה בת ר' אהרן טייטלבום זצוק"ל, (על ר' אהרן אפשר לכתוב כתבה נפרדת ר' ישראל חיים מנשה פרידמען דיין דקהילת סטמער הוא גם חתנו של ר' אהרן)
אחת מהשפחות המיחסות שבסטמער
הוא חתנו הצעיר של האדמו"ר מסטמער זצוק"ל
בן יחיד לאביו האדמו"ר ר' יעקב יוסף שליט"א מחשובי (אולי אף החשוב) בנכדי באבוב, ר' חיים יהושע כהיום בערך בגיל הארבעים המקדמות, התחנך כל ימיו במוסדות באבוב וכולם ידעו שפניו לגדלות, דודו מבאבוב זצוק"ל וקירבו חיבבו מאד, לאחר חתנותו התגורר בבארא פארק משך שבע עשרה שנה וסירב לבקשות חוזרות ונשנות של חותנו לקבל הרבנות במונסי הסיבה העיקרית היתה משום שבמשך השנים ההם לא זכה בזרע, לאחר שבע עשרה שנים נולדו לו שתי בנות לאחר שנולדה הבת הראשונה קיבל על עצמו את הרבנות במונסי,
בשנה שעברה הוא חנך את בית מדרשו הענק הגדול והמפואר מאד במרכז העיר מונסי שבנה בעמל בכסף שהשיג בעצמו בעמל רב מאד, סכום נכבד מזה התנדב ע"י חסידי אביו כמו משפחת גרפינגל הנכבדה וכדומה, מאחר וידע שיכול להיות בעיות אם הבית המדרש לאחר ההסתלקות בעצה אחת אם חותנו הגדול לא רשם הקרקע והבנין על שם סאטמער אלא על שמו הפרטי ובנה את הכל מקופה פרטית ולא מקופת סאטמער,
מתלמידי ישיבתו במונסי יש לו במשך השנים האחרנות כמה מאות חסידים שרופים, השנה בשמחת תורה כשרקד הקפות היה לו קהל גדול מבארא פארק וולימסבורג ומנורו שבאו במיוחד אליו, לפי השערתי יש לו כ400 משפחות חסידים בלב ונפש, ועוד כמה מאות חסידי סאטמער אוהדים שילכו אליו אם קוויטלעך, בת"ת שלו במונסי לומדים למעלה מאלף ילדים מעניין כמה מהם ישארו אצלו, כמו כן יש לו למעלה מאלף בנות בביה"ס. אין לי מספר הבחורים בישיבתו,
מפי השמועה לא רק שהוא ת"ח עצום מאד וישד רב לו בש"ס ופוסקים הוא אהוב מאד על הבריות ויש לו גינוני מלכות, לי עצמי לא קשה לראות אותו מצליח שכן הוא בנו של האדמו"ר ר' יעקב יוסף והשמועה אומורת שאביו חנכו כבר שנים לתפקיד זה וכל חסיד באבוב יאמר לך שאם מישהו יודע איך לחנוך רבי הרי זה האדמו"ר ר' יעקב יוסף
מזל טוב מעימקא דליבא
לכ"ק אדמו"ר מסטמער מונסי
רק יש כאן קצת בעיה, הקהילה הזאת אינה שלו, הביהמ"ד כן, אבל שם הקהילה ושם האדמורו"ת הוא לקח בגניבה ממי ששייך לו באמת.
מה יאה לו אילו ייקרא לעצמו "אדמו"ר מבית חיים יהושע", על שם אביו, או איזה שום וחניכא שירצה.
השם סאטמאר הוא לקח בגניבה, ולא משנה מה המציאות עכשיו, ומה יהי' לאחר זמן, לעולם לא יוכל לנקות את עצמו מכתם זה שלקח את השם בגניבה.
כפי שאתה יודע אינני חסיד סאטמער, ממילא אני לא יכול לענות לך על הדברים, אבל אני מבין שהוכתר ע"י ראשי הקהל של סאטמער מונסי ולפי השמועה זה היה רצנו של חמיו הגדול
תמונה שמצאתי מהבר מצוה של האדמו"ר מסטמער מונסי שליט"א עם דודו כ"ק האדמו"ר מבאבוב זצוק"ל בבר מצוה שלו נראה מי יכול לנחש מי הם העומדים מתחתיו
[בילד – נישט אפגעהיט]
מען שמועסט אז חיים שיע טוט זיך אן א פלאטשיגן ביבער הוט...
לעניות דעתי וואלט זיך סאטמאר געברויכט פאראייניגען און אויפנעמען ר' חיים יושע'ן פאר רבי. ער איז א איד א מושלם אין אלע הינזיכטן. א תלמוד חכם, א מתמיד, א בעל מדות, א איש מורם מעם, א פה מפיק מרגליות, א בחנטע רבישע צורה, א דיפלאמאט (ער איז געגאנגען מנחם אבל זיין ר' אהרן'ען), א קלוגער איד, א שיינער בעל תפילה, א שמייכעל פאר יעדן וכו'. וויאזוי זאגט די וועלט? "אן איידעם וועלט מען זיך, א זון קען מען נישט וועלן."
ועל כולם, לאמיר מוסיף זיין, האט ער נאר טעכטער, נישט קיין זוהן.
אויב איינער האט נייעס זאל ער עס ארויף לייגן
ער האט געזאגט אז ער איז ראוי לאותו איצטלא און ער ווערט רבי
יחי
עס איז געווען א געפאקטער בית המדרש. נאר הערש מיילעך ווערצבערגער האט גערעדט. ער האט אינמיטן געלאזט וויסן אז מאנסי וויל נאך דעם וואס די סאטמארע מסכתא האט זיך געענדיגט, אז ר' חיים יושע זאל זיין "אונזער רב, רבי און מנהיג". ער וועט פירן אן אייגענע מלוכה במלוא מובן המלה.
נאך די דרשה האט איינער אויסגעשריגן יחי אדונינו מורינו ורבינו צדיק דורינו, אבער קוים האט זיך צוריקגעהערט דער "יחי", באמת עס איז געווען צום שטוינען ווי בלויז פון איין ווינקל האט זיך גענהערט דער "יחי",
ווי עס הייסט וועט ער קיין ווייסע זאקן נישט אנטון (ווילאנג דער טאטע לעבט). ער וועט פירן טיש איינמאל אין פיר וואכן (צו פארזוכן וויאזוי עס שפירט זיך - און מעסטן דעם ציבור'ס טעמפעראטור).
עס איז היבש שווער צו פארשטיין וואס ער טראכט ביי זיך, ער האט דאך יא קלאר געהערט פונעם רבין זי"ע וואס ער וויל (ביי די נירן מעשה וכדומה), .
מיילא רעביצין זלמן טענה'ט כאטשיג אז דער רבי האט געטוישט מיינונג און האט פשוט באשלאסן איבערצוגעבן דאס גאנצע פאר אים (פרעג מיך נישט ווען...), אבער ר' חיים יושע טייערער וואו קומסטו בכלל אריין אינעם בילד? וואס איז דיין טענה?
ממה נפשך, אדער איז דא א "קלארע געשריבענע צוואה" פון רבין זי"ע, וואס זעט אויס אז ער פארשטייט גאנץ גוט צו די יעניגע חברה און ווי שטארק מען קען זיך פארלאזן אויף זיי צו איבערגעבן דעם רבינ'ס ווילן. אבער אויב אזוי מיינט דאס אז דו פארשטייסט אז אלעס בלייבט ביים אלטן , און דאס איז דאך קלאר ווי דער טאג וואס דער צדיק האט געוואלט כל ימי חייו, נו וואס טוסטו מיט זיינע אלע אנווייזונגען?
קען זיין בדרך אפשר, אז וויבאלד צוויי שלאגן זיך שוין און יעדער זאגט כולה שלי, איז דאך די הלכה יחלוקו, און יעדער קען שוין כאפן א טייל, און דאן קען ער אויסנוצן די צעמישעניש פאר די אייגעמע הנאה.
היות קיינער האט נאך נישט גענומען די מי צו שרייבען דעם אמת דא, פיל איך א חוב להסתים פי דוברי שקר און קאפירן א באריכט וואס עס שרייבט איינער וואס האט בייגעוואוינט דעם גענעראל פארזאמלונג אין מאנסי.
וז"ל:
דער ראש הקהל הרה"ח ר' הערש אלימלך ווערצבערגער הי"ו האט זיך אויפגעשטעלט און אויגערופן אז דער געהויבענער רב ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א דער יונגסטער איידעם פון רבי'ן זצ"ל איז אויפגענומען געווארן צו ממשיך זיין און אנפירן מיט די עדה הקדושה קהל ויואל משה ד'סאטמאר מאנסי ביז משיח'ס טאג.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />*:NAMESPACE PREFIX = O />
ער האט איהם נישט באטיטלט מיטן נאמען אדמו"ר נאר מנהיג און רועה נאמן און כסדר האט ער איהם אנגערופן כ"ק מרן דער רב שליט"א, דאכט זיך מיר אז איינמאל האט ער יא געזאגט ער וועט זיין אונזער רב אונזער מנהיג און אונזער רבי, אויך האט ער געזאגט אז דער רבי ז"ל בעל "ברך משה" האט כמה פעמים געזאגט פאר די ראשי הקהילה אז ער גיבט זיי אוועק דאס שענסטע און טייערסטע, אויך האט רבי ז"ל געזאגט אז "ער וועט ענק פירן ביז משיח וועט קומען"
ער האט אויך געזאגט אז מאנסי האט די זכיה אז כבוד הגאון הצדיק דער רב שליט"א זאל פירן די הייליגע קהלה, א זאך וואס פיל ערנסטע קהילות הקודש און אנשי שם און ערליכע שלומי אמוני ישראל די בכל אתר, קוקן מיט אזא גלוסטעניש אויף די גליקליכע מאנסי, צו האבן אין שפיץ אזא מנהיג.
עס האט זיך באטייליגט קרוב צו טויזנט אידן, נאך די דרשה האט זיך איינער פון די עלטערע אנ"ש אויפגעשטעלט אין געשריגן יחי אדונינו.
נאך די גענעראל פארזאמלונג זענען הונדערטער אידן אריבער געגאנגען צום רב שליט"א מקבל מרות זיין און וואונטשן מזל טוב וגם הוא ענה כנגדם בברכת קודש כדרכו בקודש ווי מען האט געזינגען ווארימע ניגונים ווי יהיה רצון לקיים בנו חכמי ישראל, עס האט זיך אויפגעשטעלט איינער פון זקני וחשובי החסידים הגאון ר' בן ציון פעלדמאן שליט"א אליין א גרויסער תלמיד חכם בנגלה ובנסתר, ער האט אויפגעטראטן מיט הייסע דיבורים, אז מיר נעמען אויף א רבין אויף אונז וואס יעדעס ווארט וועט זיין קודש קדשים ביזן סוף בהתבטלות גמורה אזוי ווי פארצייטישע חסידים ביי זייערע גרויסע רבי'ס.
ער האט שארף זיך אויסגעדדריקט אז סאטמאר האט פאר זיבן און צוואנציג יאהר געטהון א גרויסן טעות פארן אויפנעמן א רבי'ן נאר פאר שומר אויף די קהילה און נישט פאר א מנהיג ישראל בהתבטלות גמורה, און נאר ווער עס האט יא געהאט שכל און זיך מבטל געווען האט מצליח געווען, און דאס איז אונזער תפקיד נישט צו מאכן נאכאמאל דעם זעלבן טעות.
עס זענען אריבער איבער דריי שעה אן עולם געבן קוויטלעך און נעמען ברכת קדשו ער האט נישט געוואלט ליינען די קוויטלעך ער האט דאס אונטער געשטיפט אונטערן טישטעך.
טיש גייט ער נישט פירן, לרגל ימי השבעה, עס איז דא א שמיעה אז נעקסטע וואך וועט ער פירען טיש און נייעם גרויסן בית מדרש, און ווי פארשטענדלעך וועלן קומען צו לויפן אסאך חשמונאים מיטצוהאלטן דעם גרויסן שבת פרשת אח"ק בצילא דמהימנותא
חלק
"ער האט שארף זיך אויסגעדדריקט אז סאטמאר האט פאר זיבן און צוואנציג יאהר געטהון א גרויסן טעות פארן אויפנעמן א רבי'ן נאר פאר שומר אויף די קהילה און נישט פאר א מנהיג ישראל בהתבטלות גמורה, און נאר ווער עס האט יא געהאט שכל און זיך מבטל געווען האט מצליח געווען, און דאס איז אונזער תפקיד נישט צו מאכן נאכאמאל דעם זעלבן טעות."
שומו שמים סיי זלמן און זיי חיים יושע זאגן אז זיי גייען פאררעכטען וואס דער טאטע/שווער האט מקלקל געווען רח"ל
מיט אזעלכע ממלא מקום'ס ווער דארף שונאים