און יעצט קומען מיר צו צום עיקר:
וויליאמסבורג
זייער אסאך פון דעם אויסשטעל פון די צוויי סאטמאר'ס ווענדט זיך אין ווער עס וועט געווינען דעם געריכטליכן פארמעסט איבער די בנינים און נכסים אין וויליאמסבורג, די אלע אויבנדערמאנטע ציפערן זענען נאר קראנט ביים היינטיגן טאג, אבער דער בילד קען זיך גענצליך ענדערן געוואנדן אין דעם אויסגאנג פונעם פארמעסט.
צוערשט לאמיר זען וויליאמסבורג זעלבסט.
היינט צו טאג איז דא בערך 7,000 סאטמארע מעמבער'ס אין וויליאמסבורג.
פון דעם איז ערגעץ נעבן 2 טויזנט פארברענטע אהרונים, ארום 1,000 זענען אויך אהרונים, און נאך ארום 1,000 זענען אהרוני'שע סימפאטיקער.
דערנאך איז דא ארום 1,000 פארברענטע זאליס, די איבריגע זענען שטארק נוטה צו רז"ל, רוב פון זיי האבן שרעקליך פיינט רבינו שליט"א, און וועלן טון אלעס אין דער וועלט אז רז"ל זאל בלייבן רבי אין וויליאמסבורג, כדי רבינו שליט"א זאל נישט קענען איבערנעמען אינגאנצן דעם שבט ההנהגה. זיי פאר זיך זענען אבער עסטאבלירט אין אייגענע בתי מדרשים, און א גרויסער טייל פון זיי שיקן אויך די קינדער אין אייגענע מוסדות.
א) אויב די זאליס גייען געווינען דעם געריכט עד הסוף, און די אהרונים וועלן ארויסגיין נקי מכל, וועלן די טויזנט זאליס, און כמעט אלע 2,000 סימפאטיקער בלייבן ארום רז"ל, כ"ק רבינו שליט"א וועט מסתמא וואוינען אין וויליאמסבורג, און די 2,000 אהרונים וועלן גלייך אין די ערשטע מינוט מיטגיין מיט רבינו שליט"א אפילו אין וואסער אריין. די איבריגע וועלן ווארטן ביז ווען דער מצב וועט זיך סטאביליזירן, און רוב פון זיי וועלן דאן צוריקקומען צו רבינו שליט"א, למחצה לשליש ולרביע.
דאן וועט אויך דער בילד איבער די וועלט בלייבן ווי אויבנדערמאנט.
ב) אויב וועט זיין א פשרה ביי די"ת אד"ג, אדער א געצווינגענער טיילונג, וועלן די טויזנט זאליס בלייבן ביי אים, די איבריגע וועלן על פי רוב צוריקגיין יעדער צו זיין אלטן איינגעפונדעוועטן בית המדרש, אזויפיל וועט רז"ל יא האבן פון זיי, אז זייערע קינדער וועלן כמעט אלע לערנען אין קווינס, וואס מיינט אז א גרויסער פראצענט פון זייערע קינדער וועלן יא געהערן צו רז"ל, למחצה לשליש ולרביע.
ביי די אהרונים וועלן אלע 3,000 אהרונים גלייך קומען אינגאנצן צו כ"ק רבינו שליט"א, די איבריגע וועלן אריינפאלן דא און דארט, אבער זייערע קינדער וועלן זיין פאלנע אהרונים. (עס איז אויך פארצוזען אז עס וועלן זיין מענטשן פון די גאס וואס וועלן אריבערקומען צו די אהרונים, אבער דאס איז נישט דא די טעמע).
אין דעם פאל וועט דער בילד איבער די וועלט אויך בלייבן דאס זעלבע.
ג) אויב אבער די אהרונים וועלן - בע"ה - געווינען עד הסוף, און אלעס וועט געהערן ביי זיי, וועלן אלע 4,000 אהרונים באלד אריבערקומען געהעריג צו רבינו שליט"א, די טויזנט זאליס וועלן בלייבן גענצליך ביי רז"ל, די אנדערע 2,000 איז שווער אויסצורעכענען, לכאורה וועלן זיי אנהייב ארויסווייזן סאלידאריטעט מיט רז"ל, אבער זיי וועלן זייער שנעל מיד ווערן און אים לאזן אויפן וואסער.
אין דעם פאל מוז מען נעמען אין באטראכט זייער א וויכטיגע נקודה: דער בית החיים.
אין די פריערדיגע צוויי פעלער, וואו דער בית החיים וועט גאנץ זיכער בלייבן צוטיילט צווישן די צוויי קהילות, וועט דאס נישט אפעקטירן דעם ציבור אין דער פרעמד.
אבער אין דעם יעצטיגן פאל, וואס דער בית החיים וועט געהערן גענצליך פארן צד פון רבינו שליט"א, איז אזוי, אין וויליאמסבורג און קרית יואל וועט עס כמעט נישט האבן קיין השפעה, די מענטשן אין די צוויי ערטער וועלן גיין מיט רז"ל אפילו אויב מען וועט דארפן אויפגעבן דעם בית החיים דערפאר, אבער אין די דרויסנדיגע קהילות וועט די מורא פון נישט קענען ליגן אין ביה"ח האבן א אבנארמאל שטארקע השפעה וואס עס איז אוממעגליך אויסצורעכענען פון פאראויס פונקטליך וויאזוי עס וועט זיך אויסשפילן.