ברוך השם אז עס זענען נישט געווען קיין ערנסטע אינצידענטן במשך די נאכט, און דעריבער האט איין פאני אינצידענט געצויגן ברייטע אינטערעסע.
געווען איז דאס א קורצע צייט נאכדעם וואס דער רבי זי"ע איז נפטר געווארן, ווען א 20, 30 בני יואל חברה, די פריינט פון די זאליס, האבן זיך אראפגעלאזט צום ביה"ח, און דורכגעפירט א דעמאנסטראציע, אויסדרוקנדיג זייער וויי געשריי אז דער רבי ווערט נטמן נעבן זיין גרויסן פעטער, דער בעל ויואל משה זי"ע.
די קולות זענען געגאנגען עד לב השמים: "מ.... ט..... ימ"ש, געוואאאאלד, געוואאאאלד, צא טמא, מ... ט.... איז די סטרא אחרא אליינס". די און אנדערע ווערטער וואס מיינע געפילן ערלויבן מיר נישט ארויפצוברענגען אויף די ליפן.
די חברה זיסע בהמות זענען אריינגעגאנגען אין אוהל און פרובירט צוריק צו באדעקן דעם לאך וואס מען האט נארוואס אויפגעגראבן, אבער ביז סעקונדעס זענען דארט געווען פובליק סעיפטי און פאליציי וואס האט זיי ארויסגעשליידערט פונעם ביה"ח מיט קלעפ.
די שונאים פון רבי'ן די לעצטע 20 יאר זענען געבליבן זיינע שונאים אפילו נאך זיין פטירה. יא, דאס זענען די נייע חסידים פון זלמן לייב'ן, די אהבה מסותרתניקעס.
נ.ב. ווער געדענקט נאך וויאזוי דרייניץ האט געשריבן אז ס'איז פארגעקומען א מנין פאר'ן רבי'נס געזונט אין בית המדרש חרדים?
בני יואל, זאלי פריינט, פראטעסטירן קעגן רבי'ן זי"ע
עמיצער האט מיר דעמאלט געוויזן אויף זיין סעל פאון אזא בילד,
יענער האט דעמאלט מסתמא אליינס נישט געכאפט וואספארא היסטארישער בילד דאס איז, ווי דאס צייגט די אהבה גלוי' וואס ר' זלמן האט צו די בני יואל,
אויב איינער האט אזא בילד, זאל ער עס ארויפלייגן, זאל די וועלט זעהן, ווי א זון איז גרייט זיך צו חבר'ן מיט זיין טאטנ'ס גרעסטע שונאים, אלעס נאר פאר'ן תאוות השררה
יא זאליס, יזכר לך עתה אתמול אשר דברת
"הרה"ח ר' יאסל וואלדמאן שליט"א"
"א ריזיגער מנין תהילים איז פארגעקומען אין ביהמ"ד חרדים"
"דער רב שליט"א (זאלי) האט געשיקט זיין פערזענליכע שטיצע פאר די מוסדות בני יואל"
"הגה"צ רבי שמעון משה וואלדמאן, דומ"ץ דקהלתנו חרדים"
" די חברי הנהלה פון דעם הייליגן מוסד זענען באקאנט אלס גרויסע שטיצער פון הגה"צ אב"ד סאטמאר שליט"א (זאלי)"
"דער רב שליט"א (זאלי) אינטערסירט זיך שטענדיג און האט הנאה פון די גוטע גרוסן און דער וואוקס אינערהאלב די מוסדות"
"נאכדעם וואס דער רבי שליט"א (רבינו זי"ע הכ"מ) האט געהייסן עפענען נייע מוסדות אין קרית יואל צוליב די הליכה בערכאות פון די דארטיגע פירער, האט דער דיין בהסכמת הגה"צ דער רב שליט"א (זאלי) אויך אראפגענומען למפרע דעם אלטן א.ג. איסור וואס אהרן (כ"ק רבינו שליט"א) האט געצווינגען זיין טאטן ארויסצוגעבן בשעתו קעגן די מוסדות הק' בני יואל"
"הגה"צ אבד"ק מאנטעווידעא שליט"א פון די גרויסע ידידים פון רב הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, וועט די וואך פראווען דעם שבת אין סאטמארער ביהמ"ד חרדים אין קרית יואל"
זלמן לייבן, דו האסט זיך מתחבר געווען מיט די פארביסענע הונט, די אהבה מסתורתניקעס. יעצט עס דיינע פירות. תוקן על ידי - ארענדאר - 25/04/2006 22:20:17
[בילד – נישט אפגעהיט]
אן עקסטער ווארענינג צו ר' זריאל
איך וועל נישט אראפ ברעגן זיין לשון ווייל ס'איז נישט פאר די פורום זיין נומבער איז 1212-900-6143
http://s51.yousendit.com/d.aspx?id=1W6O0Y0JMNARB15YYSSVIXUVBZ
נבוד
הרני מצרף עצמי לדבריך הנכונים ואמתיים לאמתה של הלכה.
דער גאנצער הנהגה פון דעם בית החיים בקר"י ווערט געפירט לע"ד נגד המסורה ונגד השכל הישר.
פארוואס עפעס קען דער סאטמאר רבי ליגען נעבען זיין רעבעצין אלטע פייגע און סתם אידען נפטרים נישט?
מקדמת דנא בכל הבתי חיים של איירופה לא עשו שום פירוד בין אנשים ונשים. ואם הפירוד היה לפי דעתו של רבי ר' יואל זצ"ל פארוואס האט מען איר יא געלייגט נעבען אים
(כמדומני אז די רעבעצין'ס אין סיגוט גופא האבען אן עקסטערע אוהל)
א סאך געמיינע זאכען קומען דארט פאר שלא היה מעולם דאס קומט פון דעם אז די אנשי חברה קדישא דקרית יואל האלטן אז זיי זענען בבחינת אני ואפסי עוד..
איך וויל דיר פארציילען אז:
דער רבי זי"ע הכ"מ איז געווען היבש בגדר זיין פעטער ממש ברא כרעא דאביאה
עס איז אפשר נישט אזוי באקאנט ליידער אבער ווער עס ווייסט דער ווער עס האט זיך געדרייעט נעבן אים ווייסט זיין צדקות און פרישות דרך אגב איך ווייס נישט צו דער רבי זי"ע הכ"מ איז געשלאפן מער ווי 14 שעה חודש תשרי איך האב נישט אפגעציילט אבער היבש נאנט צו דעם ציפער און אין גאונות איז ער אויך געווען פון די גרעסטע אין דור
ער איז געווען א חסיד מופלג
איך ווייס נישט פארוואס די רופסט עס כשר בינינו אצל צדיק
ווי ביי אים
עס איז נישט געווען קיינער אינעם פריערדיגן דור, חוץ הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע, וואס האט זיך בכלל געקענט שטעלן אין איין שורה מיט רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע.
יוחי.
דער זעלבער איינפירונג פון אפטיילן מענער און פרויען איז דא אין סאטמארע חלקה אין ניו זשוירזי, און אויך אין סאטמארע חלקה אין לאנג איילענד, וואס קען זיכער נישט צוגעשריבן ווערן צו קיין אני ואפסי פון קרית יואל'ער חברא קדישא.
דאס לייגען דעם רבין בעל ברך משה ז"ל אונעם אוהל האט די חברה קדישא געטוען עפ"י צוואתו בתורת מרא דאתרא.
ער האט פארלאנגט צוויי מאהל א צעטיל פון די ח"ק דערויף, איך האב דאס אויך גיהערט מפיו של ר' עזריאל גליק נ"י ביי די לווי'
SPEAK FOR YOUSELF
ווי אזוי ווייסטו מיין שייכות צו בעל ברך משה??
פארצאפאל האט ער איינמאהל געזאגט ברבים (לפני הרבה אנשים) אז אנכי הצעיר בין איך ת"ח מיט דעם איז ער פארצאפאל נישט גערעכט געוועהן אבער געקאנט האבען מיר זיך.
איך האב געהאט די זכיה אים צו פרעגען דא אין בארא פארק שאלות להלכה וגם שאלת נשים
איך האלט נאך אלץ (חוץ ממה שמספר VERBINICH) אז פאר אים האט מען געדארפט א באזונדערער אוהל. דער סיבה פאר אן אוהל בכלל איז טאקא נאר אפ צוטיילען א צדיק ... וואו נבודכדנצר האט צוטירט דעם שלחן ערוך . א סאך צדיקים האבען אפילו נישט געהאט א דאך אויפען אוהל ווייל נאר א מחיצה איז וויכטיג.
לגבי די הפרדה פון נשים וגברים נישט איבער דעם האב איך געזאגט אני ואפסי .. דאס איז דאך לפי הוראת הרבי הזקן זצ"ל ואז הקשי' הוא חמורא מאוד למה קברו אשתו הרבנית אצלו?? וכי כך היתה הוראתו?? וכי אשת רבי ר' מייליך קבורה אצלו באוהל??
בשו"ת דברי יואל כותב איסור חמור על הספד מאשה לפני אנשים...
דארט ווי אלטע פייגע האט געהאט דעם היתר צי זאגען א הספד בביהמ"ד לפני מטתו בקר"י לפני אלפי גברים שם ההיתר לקברה סמוך לו ... היינו טעמה דשופר היינו טעמה דמגילה..
ווי מען שמועסט וועט היינט זונטאג פארקומען א פראטעסט ביים ציון פון די בני יואל קעגן רבי'ן זי"ע, ווי די חברה וועלן פארלאנגען אז מען זאל מפנה זיין דעם רבי'ן זי"ע, רח"ל.
אין די זעלבע צייט פירט אברהם לייטנער א באזונדערע מערכה קעגן זיין געוועזענעם שונא, און ער פארפירט און בונטעוועט אז מען זאל בויען א וואנט אין אוהל, צו איזאלירן דעם הייליגן רבי'ן זי"ע פון זיין הייליגן פעטער זי"ע. לייטנער האט אנגערופן צו נאנטע מענטשן פונעם סיגעטער און געווארנט אז ער וועט ארויסגיין אין א מלחמת חרמה קעגן דעם סיגעטער און זיינע חסידים אויב מען פאלגט נישט אויס זיין פארלאנג.
דער סיגעטער האט מיאוס אריינגעביסן מיט'ן זיך נעמען לעקן זיין טאטנ'ס שונאים. די חברה וועלן אים יעצט צאפן די בלוט ביז ווילאנג ער וועט זיך ברעכן און מסכים זיין צו זייערע משוגענע פארלאנגען. אזא פרייז באצאלט מען ווען מען גייט טאנצן מיט מענטשן וועלכע האבן געארבעט אונטערצוברענגען זיין טאטן.
פאריגן דאנערשטיג נאכט זענען עטליכע בני יואל געווען ביים ציון, און גענומען טון פעולות מיטן חשבון צו בויען א וואנט צווישן רבותינו הקדושים (אזויווי זיי פרובירן שוין פאר די לעצטע 50 יאר, אן הצלחה...), לויט די הלכה אין שו"ע אויב מ'האט געלייגט א ... נעבן א צדיק.
דעם מוצש"ק זענען עטליכע צענדליגער בני יואל'ניקעס זיך צוזאמגעקומען אין אוהל פו רבותינו הקדושים זי"ע, און "פראטעסטירט" מיט געמיינע לאזונגען און שרעקליכע קולות אקעגן רביה"ק זי"ע הכ"מ.
עס איז נאך אומבאקאנט פאר וועמען פונקטליך זיי האבן געשריגן, און ווען נישט וואס עמיצער פאלט פערצופאל אריין דארט וואלט קיין נפש חי' נישט געוואוסט דערפון.
אגב, נעכטן האבן זיי דא פארשפרייט פאשקעווילן אקעגן כ"ק רבינו שליט"א, ווי אויך האט זיך געוואלגערט אין די גאסן מיט א שרעקליכן בזיון א אויסשניט פון א סעיף אין שו"ע וועגן מאכן א גדר, רח"ל. עס וועט שפעטער דא ארויפגעלייגט ווערן אי"ה.