אין די זומער חדשים איז זייער איינגעפירט אז מענטשן לאזן זיך ארויס אויף לאנגע שטרעקעס דורך היטשעס (קוק נאך ביים אריינפאר פונעם בי.קיו.אי. און ביי יעדע מיילשטיין אויפן 42 און אויפן טרואוועי). דער אשכול ווערט געווידמעט פאר אלע עניני היטשעס, אריין פון שטאט, ארויס פון שטאט, אינערהאלב די שטאט.
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » איך זוך א היטש
איך זוך א היטש
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1893483
פאריאר בין איך זעלבסט געהאלפן געווארן און געפונען א היטש קיין קרית יואל ביום כ"ו אב העעל"ט.
יעצט לייג איך ארויס א צעטל אויפן בולעטין באורד:
איך זוך צו כאפן א היטש פון וויליאמסבורג קיין קרית יואל דעם קומענדיגן דינסטאג פארמיטאג.
אויב פארט יענער ביידע וועגן, מה טוב ומה נעים, און אויב פארוויילט ער נישט אין קרית יואל מער ווי א שעה צייט, איז נישט פארהאן קיין בעסערס.
יעצט לייג איך ארויס א צעטל אויפן בולעטין באורד:
איך זוך צו כאפן א היטש פון וויליאמסבורג קיין קרית יואל דעם קומענדיגן דינסטאג פארמיטאג
אויב פארט יענער ביידע וועגן, מה טוב ומה נעים, און אויב פארוויילט ער נישט אין קרית יואל מער ווי א שעה צייט, איז נישט פארהאן קיין בעסערס.
קען זיין אז איך פאר אריין דינסטאג נאכמיטאג קיין וויליאמסבורג, גיב מיר א רוף.
אויב די וועסט נאך האלטן פאר פרישטיג וועסטו קענען קומען צו מיר עסן.
יאנאש; שוין נישט וויכטיג. יישר כח עניוועי.
אפסטעיט; יישר כח פאר די דירעקשאנס היינט אויפדערנאכט, זייער פיין געווען.
אייך אלע; א גריס פון קרית יואל, א שאד א שאד, אזוי ווייניג צייט דארט פארברענגט.
אפסטעיט; יישר כח פאר די דירעקשאנס היינט אויפדערנאכט, זייער פיין געווען.
אייך אלע; א גריס פון קרית יואל, א שאד א שאד, אזוי ווייניג צייט דארט פארברענגט.
קרעמער
איך גיב אוועק דעם גאנצן דינסטאג פאר אייערטוועגן.
בלויז צו אייך קענען צולערנען פערזענליך.
איך גיב אוועק דעם גאנצן דינסטאג פאר אייערטוועגן.
בלויז צו אייך קענען צולערנען פערזענליך.
סאטמורי
פאר דיינעטוועגן מיינסטו (טראכט א מינוט)
כדי סזאל קענען זיין פאר מיינעטוועגן
ברויך איך בע"כ טאן פאר זיינעטוועגן (דיינעטוועגן).
דער ס"ה איז אז פאר יענעם וועסטו גארנישט טון, אבער פאר דיר אלעס. אפילו עס קומט מיט א פרייז
פון טוהן א טובה פאר א צווייטן...
נעקסט טיים ווען די שרייבטס אז דו ביסט גרייט צו טוהן א טובה שרייב נישט ארויס קליפ און קלאר
(וועא"מ) אין די פאלגענדיגע שורה אז דו מיינטס גאר דיר אליינס
זעהט אויס האסט נישט גע(טראכט א מינוט).
1) מיינעטוועגן נעמט נאר איין מינוט .
כאדעך געאפפערט דעם "גאנצן" דינסטאג.
2)ווי שטערקער דער מיינעטוועגן איז . אלס שטערקער ברענגט זיך ארויס דאס אייערטוועגן.(קאמפלימענט)
(טראכט א מינוט).
1) מיינעטוועגן נעמט נאר איין מינוט .
כאדעך געאפפערט דעם "גאנצן" דינסטאג.
2)ווי שטערקער דער מיינעטוועגן איז . אלס שטערקער ברענגט זיך ארויס דאס אייערטוועגן.(קאמפלימענט)
(טראכט א מינוט).
סאטמורי;
איך בין זייער העפי צו הערן אז דו ביסט גרייט אוועקצוגעבן א טאג פאר מיר, קיין קרית יואל ברויך איך שוין נישט פארן יעצט, אפשר טראגסטו מיר קיין מאנטריאל?
קרעמער ערשט איצט באמערקט דעם אשכול, אזוי ווי נישט ווי איז דאס א אשכול וואס באלאנגט אויבן אהן, ווער רעדט נאך פון דעם אז אין די איצטיגע מינוטן איז דא די מורא'דיגע אסיפה צווישן קרעמער און יאנאש, וואס איז לכאורה איז דאס צושטאנד געקומען א דאנק די אשכול, סאו בכל אופן, דער סאטמורי האט זייער אן ענדליכע אויסדרוק ווי איך, איך בין זייער נייגעריג צו וויסן ווער דאס איז.
נאך מער פון דעם ווען איך בין ווען נישט סאכדעס בכבודי ובעצמי וואלט איך געזאגט אז סאטמורי איז סאכדעס מיט א צווייטן ניק.
אה, די היטש איז געווען געוואלדיג, דער יאנאש האט מיר ארומגעפירט איבער די געסער פון שטאט, מיר האבן ממש געמאכט זיבן הקפות ארום גאנץ וויליאמסבורג, בלי שום גוזמא, איבערשמועסנדיג אלעס וואס איז געשטאנען אויפן סדר היום, ווי צום ביישפיל: די הנהלת הקרעטשמע, די פונקטליכע פונקציעס פון יאנאש, און נאך פארשידענע טעמעס.
שפעטער אין טאג האט יאנאש זוכה געווען צו א טעלעפאן קאל וואס נישט קיין סאך זענען זוכה דערצו, אבער דאס באלאנגט שוין אינעם "דורכפאל" אשכול.
שפעטער אין טאג האט יאנאש זוכה געווען צו א טעלעפאן קאל וואס נישט קיין סאך זענען זוכה דערצו, אבער דאס באלאנגט שוין אינעם "דורכפאל" אשכול.
חחחחחחחחחחח
סאכדעס
וואס מיינסטו מיט ענליכע אויסדרוק?
זאג מיר נישט אז דו שטאלפערסט אויך!!