היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ביליגע טיקעטס ל"ג בעומר קיין ארץ ישראל?

ביליגע טיקעטס ל"ג בעומר קיין ארץ ישראל?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1892194

עכטע_נייעס » 23/4/2006 09:01

ווייסט איינער ווי מ'קען יעצט האבן א ביליגע טיקעט צו פארן אויף ל"ג בעומר און ארץ ישראל

איך טראכט צו פארן אי"ה

איז דא א פראבלעם מיט די סאטמארע שיטה צו פארן אויף ארץ ישראל?

עפשטיין » 24/4/2006 06:00

אלעס פארט אויף ל"ג בעומר, קינד אין קייט.

אייןסאטמאר » 24/4/2006 20:56

איך האב פאריאר שוין מרעיש עולמות געווען דערוועגן, איל וועל אויפברענגן דעם אשכול נאכאמאל, אפשר יעצט וועט איינער מיר ענטפערן.

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1392685

די לעצטע יארן איז געווארן א גרויסע געפארעכטס אויף מירון ביים היימישן עולם, אויף א מאסשטאב וואס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר.

צווישן זיי זענן דא טויזענטער סאטמארע חסידים וואס זענין נתחנך געווארן ע"פ שיטתו של רבינו הק' זי"ע, אויך גדולי הרבנים וואס אגאנץ יאר זענין זיי מדריך אנ"ש מ' זאל זיך נישט אוועקרירן פינעם דרך האמת אשר הנחיל לנו רביה"ק זי"ע, אבער ל"ג בעומר פארן זיי אויף מירון.

דעריבער ווענד איך מיך צו "אלע" סאטמארע חסידים דא זאלן מיר ענטפערן די פאלגענדע קשיות.

איז דאס אויסגעהאלטן ע"פ שיטת רבחה"ק צו פארן אויף אר"י, ספעציעל אזא צייט ווען די ציונים טראפייטערן מיט די גרויסע עלי' (דער רשע הממשלה קימט אויך אהין)?

וואס וואלט דער רבי זי"ע, וואס האט זייער שווער געגעבן א הסכמה אהין צו פארן,ווען געזאגט דערצו?

אני הקטן האלט אז רביה"ק בגנזי מרומים האט גרויס צער דערפון, ווען ער זעט ווי זיינע תלמידים וחסידים פארן אזוי אויף אר"י, וואס אוטאמאטיש ברענגט עס אריין א קרירות צו די שנאה קעגן די ציונים, און מ' געט זיי אזא חיזוק, ודבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו?.

מצד השני אז מ' זעט אזעלעכע אויסגעריפענע חשובע תלמידים (הגר"י ראטה, הגרז"ל פילאפף, הגרח"ק גוטמאן, ועוד) פארן, ווער בין איך צו זאגן אנדערש, ובטלה דעתי מפני דעתם.

אויך איז א גרויסע עוולה פון די היימישע צייטונגען (ביידע) וואס געבן אזא גרויסע דעקונג דערפאר, פאר ל"ג בעומר און דערנאך, וואס דאס רייצט אן די געפילן פון מענטשן צו פארן.

אשר ע"כ בעט איך פון ענק זאגטס אייער מיינונג דערוועגן.


הכ"ד המצטער על שעושין תורת רביה"ק פלסתר.
תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 24/04/2006 20:59:17

פאטאקי08 » 24/4/2006 22:50

פון ווי נעמסטו אז דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון פארן לג בעומר אויף מירון?

אייןסאטמאר » 24/4/2006 23:28

ער האט נישט געהאלטן בכלל פון פארן אויף אר"י באזוכן, איבערהויפט אזויפיל אידן אינאיינעם וואס די ציונים פראפאגאנדירן דערמיט און עס איז א גרויסע חיזוק פאר זיי פינאציניעל און מאראליש.
והא ראי', ווען דער רבי האט געלעבט איז בכלל נישט געווען קיין געפארעכטס ביים היימישן עולם, אויך דער היימישער עולם אין אר"י זענן נישט געפארן כמעט נאר פאר חאלאקעס וכדומה.