היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מה ראה? ארונו של יוסף?

מה ראה? ארונו של יוסף?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1890604

אייןסאטמאר » 21/4/2006 20:17

איך הער אז דעם יו"ט האט דער גרויסער ת"ח רז"ל ביים שירת הים טיש עטליכע מאל געזאגט פאר די דרייפערטל ליידיגע ביהמ"ד אז די באקאנטע מדרש וואס אבות אבותיו הק' אנגעהויבן פון יש"מ ביז זיין הייליגער טאטע שליט"א האבן געדרשנ'ט דערויף דרושים נפלאים אלע יארן, "הים ראה וינוס, מה ראה, ארונו של יוסף ראה", איז לא הי' ולא נברא, עס שטייט אין ערגיץ נישט.

ווער עס ווייסט דערפון, אדער ווער עס האט א מקור צום מדרש זאל ביטע מפרסם זיין כדי להצדיק את הצדיקים וואס האבן געדרשנ'ט אויף דעם מדרש, ולגלות פני הצבועים וואס קענן נישט דרשנ'ן, זאגן זיי אז עס איז נישט דא אזא מדרש.

לפי זכרוני שטייט אין מדרש תנחומא פרשת וישב בערך דעם לשון, און דאס זעלבע אין מדרש שוחר טוב אויף תהלים ביים קאפיטל בצאת ישראל.

יענקעלע11 » 21/4/2006 20:29

ס'שטייט אין מדרש רבה
(ב"ר פד-ה)

faird » 21/4/2006 20:32

דער עם הארץ האט זיך נאכאמאל געעפנט זיין עם הארצ'ישן פיסק.

ער איז מחולק אויף א קלארן מדרש.

באראפארקער » 21/4/2006 20:38

איך ווייס נישט וואס רז"ל האט געזאגט, אבער די מדרש איז דא שנאמר (תהלים קיד) הים ראה וינוס הירדן יסוב לאחור ומה ראה ראה ששמר יוסף על עשרת הדברות שמעון איש קטרון אומר עצמותיו של יוסף ראה ולא עוד אלא שהיתה ארונו מהלכת לפני הארון ואו"ה רואין אותו ואומרים מה טיבו של ארון זה שהוא הולך לפני ארון של תורה וישראל אומרים זה ארון המת שהוא מהלך לפני ארון התורה שקיים זה כל מה שכתוב בזה עד שלא נתנה התורה ולפיכך זכה לילך עמו א"ל הקב"ה ליוסף יוסף אע"פ שפרעתי לך מקצת שכר הקרן קיימת לך לעה"ב כדי שיגאלו ישראל גאולת עולמים בזכות יעקב ובזכותך הם נגאלין שנאמר (שם עז) גאלת בזרוע עמך בני יעקב ויוסף סלה: תנחומא נשא ל. א דאנק פאר די בי עס.

faird » 21/4/2006 20:50

אייןסאטמאר » 21/4/2006 20:59

איך הער אז ער האט געזאגט אז פונקטליך די לשון שטייט נישט.

די לצים זאגן אז ער זעט נישט קיין "ארונים"