באמבע: ליפא טאנצט קול רנה וישועה ביים קראנקן בעט פון זיין טאטן
היינט ווען דער רב שליט"א האט באזוכט דעם רבי'ן אין שפיטאל האט זיך אנטפלעקט פאר אים און זיין פמליא א שטוינענדער בילד: ליפא איז געשטאנען אויף א בענקל אין צענטער פונעם שפיטאל צימער און געטאנצן קול רנה וישועה ווי א וואנזיניגער. ער האט געפאטשט מיט די הענט און געשריגן: דער רבי זאל לעבן אין א מזל טוב, אלע חסידים א מזל טוב. וכו' וכו' משה גבאי איז געשטאנען אין די זייט און געצויגן ליפא ביי די בעקיטשע פרובירנדיג מיט אלע כוחות אים אראפצושלעפן פונעם בענקל אבער אן ערפאלג.
ווי נאר ליפא האט געזען דעם רב האט ער זיך גענומען צו שרייען בקולי קולות: מסור! שייגעץ! דיין טאטע לעבט! דיין טאטע לעבט! דו גייסט פייגערן פריער ווי דיין טאטן! וכו' וכו'.
משה האט געזען אז ס'איז בושות איז ער ארויסגעלאפן און געלאזט ליפא'ן אליינס אינעם צימער. ליפא האט געשריגן און זיך געגארגלט פאר א האלבע שעה אן אויפהער, ביז די כוחות זענען אים אויסגעגאנגען, און ער האט געסטאפט.
ליפא'ס זון, דער היימלאזער פייוויש, איז געשטאנען נעבן אים און אים געהאלפן שרייענדיג און זינגענדיג צוזאמען מיט אים.
עס גייען יעצט ארום ערנסטע קלאנגען אז ליפא'ס נערוון זענען לעצטנס צושפילט, און ער נעמט פילן זיי צו בארואיגן, אבער צוליב פסח האט ער יעצט נישט גענומען די פילן, און דעריבער האט זיך זיין מצב צושפילט, און דעריבער איז געשען די היינטיגע מצב, וואס ער איז ממש ארויס פון קאנטראל.