היום ................ לעמר
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1883243
זינטאג די צווייטע טאג חול המועד.
היום שלשה ימים לעמר, תפארת שבחסד.
מאנטאג די דריטע טאג חול המועד.
היום ארבעה ימים לעמר, נצח שבחסד.
דינטאג די פערטע טאג חול המועד.
היום חמשה ימים לעמר, הוד שבחסד.
פרייטאג אסרו חג, פרשת שמיני.
היום שמונה ימים שהם שבוע אחד ויום אחד לעמר, חסד שבגבורה.
א בקשה צו די מנהלים.
איך מיין אז עס איז נישט ריכטיג אז די אשכול איז אויבן אן, ווייל ביזדערווייל פלאן איך נישט צו זיין א יעדן טאג דער וואס ריפט אויס וויפיל מען ציילט. און אויב אנדערע וועלן אויך נישט שרייבן, און עס וועט זיין אויבן אן, וועט קענען אויסקומען אז אויב איינער וועט פרגעסן איין נאכט צו ציילן און ער וועט קימען די נעקסטע טאג אין קרעטשמע און ער וועט ציילן די נישט ריכטיגע.
3x0;
איך ווייס נישט אויב דו וועסט טוישן דיין מיינד,אבער וויל דיר נאר פארציילן פארוואס די אשכול האט זיך געטראפן אויפן אויבנאן (וואטעווער איט מינס) און דו זאלסט אליינס דיסיידן.
ומעשה שהיה כך היה, אני הקטן יאנאש האט זיך עטוואס איבערגעטרינקן מיט די ארבע כוסות כמבואר במק"א, און עס האט אויסגעפלאצט דעם פערטן נאכט חול המועד יעך האב זיך צוגעלייגט נאכמיטאג, און זיך דערוועקט דעם אנדערן אינדערפרי (מיט קאפווייטאג פארשטייט זיך).
נא, וואס טוט מען, מען דאווענט צוויי (דריי, אזוי עס איז חול המועד) תשע עשרה'ס, האט יאנאש אבער דאך א גוי'שן קעפעלע, האט ער פארגעסן צו ציילן ספירה.
קומט ער אבער אריין אינעם (אויפגערוימטן) קרעטשמע, זעהט ער אז דער דריי מאל גארנישט האט זיך געזארגט פאר אזעלכע ווי אים, האט ער שנעל געזאגט "היום חמשה ימים לעומר" (זוי דאכט זיך) און שוין איז ער צוריק אויף די שינעס (וואט עווער איט מינס).
איז דאך יאנאש לעצטנס געווארן דא א שטיקן מענטש צום טיש, ער פארמאגט שוין שליסלעך צו אלע פארהוילענע שטיבלעך, נישט פרעגענדיג קיינעם, געמאכט נאך אן עגונה, מסדר געווען א טישל גלייך ביים טיר, אז יעדער איינער וואס שפצירט נאר אריבער דעם קרעטשמע זאל זיך אנקלאפן דערין.
יעצט איז אזוי, איך האף אז דו העסט יא אנהאלטן מיטן אריינלייגן יעדען טאג דעם פרישן ציפער, און לגבי די פראבלעם וואס דו זאגסט אז אויב די לאזט אויס א טאג וועט מען ציילן דו נישט ריכטיגן ציפער, קלער איך אפשר אן עצה, אז יעדע טאג פונעם וואך זאל האבן אן אנדערן קאליר, למשל זונטאג רויט, מאנטיג טינקל בלוי, דינסטאג ליכטיג גרין, און אזוי ווייטער, איך ווייס נישט אויב עס וועט העלפן פאר די איינמאליגע באזוכער, אבער פאר אונז זיצער וועט עס זיכער זיין א נחמה.
יאנאש;
איך האב אן אנדערע עצה, מען זאל שרייבן:
פרייטאג, ערב שבת שמיני: היום שמונה ימים שהם שבוע אחד ויום אחד לעומר
אדער, איך טראכט פון אן אנדערע עצה, אפשר, אויב ס'איז נישט שווער, זאל מען יעדע נאכט דאווענען מעריב מיט מנין (וואטעווער איט מינס) כולי האי ואולי וועט עס פארמיידן פראבלעמען.
און אז מ'רעדט שוין יא פון דאווענען מיט מנין, איז געווען אזוי א הייסן ווינטערדיגן טאג, יאפס אזוי ווי דעם לעצטן ווינטער, קומענדיג אהיים צו די קליינטשיקע זאגט מיר מיין רביצין: יענקל איך גיי כאפן א מנחה! שטיי איך אזוי מיט גרויסע אויגן, וואס קען דאס מיינען, זאגט זי מיר, עפעס אלעמאל שארסטו זיך אזוי ארויס אזוי נישט מיר נישט נישט דיר נישט, פונקט ווען מ'לייגט די קליינע אין וויגעלע, היינט גיי איך מיט מיין פרענד דאווענען מנחה!
מוצאי שבת קודש - זונטאג תזריע מצורע
היום עשרה ימים שהם שבוע אחד ושלשה ימים לעומר
דינסטאג תזריע מצורה
היום שנים עשר יום שהם שבוע אחד וחמשה ימים לעומר
מיטוואך תזריע מצורע
היום שלשה עשר יום שהם שבוע אחד וששה ימים לעומר
דערמאנונג
די וואס שערן זיך נישט די נעגל ווען ר"ח געפאלט אין פרייטאג, זאלן זיך היינט מיטוואך אפשערן די נעגל.
דאנערשטאג תזריע מצורע
היום ארבעה עשר יום שהם שני שבועות לעומר
פרייטאג ערב שבת קודש תזריע מצורע, א' דר"ח אייר
היום חמשה עשר יום שהם שני שבועות ויום אחד לעומר
זונטאג אחרי קדושים
היום שבעה עשר יום שהם שני שבועות ושלשה ימים לעומר
מאנטאג אחרי קדושים - ולמספרם DAY WITHOUT IMMIGRANTS...
היום שמונה עשר יום שהם שני שבועות וארבעה ימים לעומר
דינסטאג - יום שנכפל בו כי טוב - לסדר אחרי מות קדושים
היום תשעה עשר יום שהם שני שבועות וחמשה ימים לעומר
מיטוואך אחרי קדושים
היום עשרים יום שהם שני שבועות וששה ימים לעומר
דאנערשטאג אחרי קדושים
היום אחד ועשרים יום שהם שלשה שבועות לעומר
ערב שבת קודש פרשת אחרי קדושים
היום שנים ועשרים יום שהם שלשה שבועות ויום אחד לעומר
זונטאג פרשת אמור
היום ארבעה ועשרים יום שהם שלשה שבועות ושלשה ימים לעומר
מאנטאג אמור
היום חמשה ועשרים יום שהם שלשה שבועות וארבעה ימים לעומר
דינסטאג אמור
היום ששה ועשרים יום שהם שלשה שבועות וחמשה ימים לעומר
מיטוואך אמור
היום שבעה ועשרים יום שהם שלשה שבועות וששה ימים לעומר
דאנערשטאג אמור
היום שמונה ועשרים יום שהם ארבעה שבועות לעומר
פרייטאג ערב שבת קודש אמור - פסח שני - תנחם איז א חסין געווארן...
היום תשעה ועשרים יום שהם ארבעה שבועות ויום אחד לעומר
זונטאג בהר בחקתי
היום אחד ושלשים יום שהם ארבעה שבועות ושלשה ימים לעומר
מאנטאג בהר בחקתי
היום שנים ושלשים יום שהם ארבעה שבועות וארבעה ימים לעומר
ל"ג בעומר = היום שלשה ושלשים יום שהם ארבעה שבועות וחמשה ימים לעומר
מיטוואך בהר בחקתי - יארצייט הרמ"א, והרמ"מ מ'רימנוב
היום ארבעה ושלשים יום שהם ארבעה שבועות וששה ימים לעומר
דאנערשטאג בהר בחקתי
היום חמשה ושלשים יום שהם חמשה שבועות לעומר
פרייטאג ערב שבת קודש בהר בחקתי
היום ששה ושלשים יום שהם חמשה שבועות ויום אחד לעומר
-------------------------
יישר כח התאחדות פארן אויפמערקן אויפן טעות
תוקן על ידי - kraitchmer - 19/05/2006 17:58:11
זונטאג במדבר
היום שמונה ושלשים יום שהם חמשה שבועות ושלשה ימים לעומר
מאנטאג במדבר
היום תשעה ושלשים יום שהם חמשה שבועות וארבעה ימים לעומר
דינסטאג במדבר
היום ארבעים יום שהם חמשה שבועות וחמשה ימים לעומר - הוד שביסוד
מיטוואך במדבר --- יסוד שביסוד
היום אחד וארבעים יום שהם חמשה שבועות וששה ימים לעומר
[סתם פאר נייגער: איינער קוקט דא אמאל אריין??? האט זיך שוין איינער דערמאנט דורך דעם אשכול צו ליינען ספירה???]
האסט געפרעגט צו מען קוקט דא אריין, בין איך געגאנגען קוקן די מספר הצפיות, האב איך געזען אז עס האלט ביי 2547, אבער נאכדעם האב איך געקוקט אויף א דערנעבענדיגע אשכול, וואס איז נאכנישט אפען קיין דריי טעג, און געזען אז יענס האט שוין 3464, ווייס איך דיר נישט וואס צו זאגן, אויף אנדערע. אבער איך קום דא יעדן טאג אריין איך זאג נאך פונקטליך וואס די שרייבסט.
קרעמער
יא לכבוד דיר צייל איך נאך היינט ניט א ברכה
דאנערשטאג במדבר
היום שנים וארבעים יום שהם ששה שבועות לעומר
ערב שבת קודש במדבר
היום שלשה וארבעים יום שהם ששה שבועות ויום אחד לעומר
זונטאג נשא א'
היום חמשה וארבעים יום שהם ששה שבועות ושלשה ימים לעומר
מאנטאג נשא א' - יום המיוחס - ערשטע יארטאג פון די דאזיגע פורום!
היום ששה וארבעים יום שהם ששה שבועות וארבעה ימים לעומר
דינסטאג - יום שנכפל בו כי טוב, ערשטע פון די שלשת ימי הגבלה, בלויז דריי טעג פארבליבן!!! - נשא א'
היום שבעה וארבעים יום שהם ששה שבועות וחמשה ימים לעומר
רבותי, עס ווערט נאנטער און נאנטער
מיר שטייען שוין יעצט אינעם צווייטן טאג פון די שלשת ימי הגבלה
מיטוואך נשא א'
היום שמונה וארבעים יום שהם ששה שבועות וששה ימים לעומר
דאנעשטיג נשא א', ערב שבועות, ווער מאכט נאך די ברכה אזוי הויעך ווי די ערשטע טאג?
היום תשעה וארבעים יום שהם שבעה שבועות לעומר.
טשידער!
שוין, פריי זיך!
עניוועי שטייט דאך המתחיל במצוה אומרים לו גמור, און דו ביסט געווען דער וואס האט אנגעהויבן די רעיון פון שרייבן די ספירה טאג.
אי"ה מארגן נאכט וועט פארקומען די סיום (ביי די שבועות סעודה) אויף די מצוה פון ספירת העומר.