היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גענעראל פארזאמלונג זונטאג ב' דחול המועד

גענעראל פארזאמלונג זונטאג ב' דחול המועד

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1878533

עכטע_נייעס » 11/4/2006 22:56

איך זעה און דער בלאט שטייט אז אזוי

גוטע אויסזיכטן אז סאטמאר סכסוך זאל געשליטעט ווערן ביי בית דין המרוצה לשני הצדדים או בזבל"א

ס'גייט זיין און זאל פון ראוז קעסטיל

8:30 אווענט

וואס גייט פאר איז דא עפעס פרישע נייעס????

ווארהייט » 12/4/2006 00:06

ס'איז אלטע נייעס. די זאליס שפירן געפערליכע היץ, און האבן וועגן דעם לעצטנס געמאלדן אז זיי זענען שוין גרייט צו גיין צו דין תורה ,און אז זייער בורר וועט זיין דער מאנטריאלער רב. וועגן דעם האבן די ראשי הקהלה באשלאסן קלאר צו מאכן אז סאטמאר איז גרייט און איז אלעמאל געווען גרייט צו גיין צו דין תורה.

פארשטייט זיך אז די שאנסן אז ס'וועט אנקומען צו א דין תורה זענען 0. די זאליס ווייסן אז זיי האבן נישט קיין שום מעגליכקייט צו געווינען א דין תורה, אבער זיי ווילן שלעפן די צייט, ווייל זיי שטייען שמאל אין קאורט, און ווילן האבן די דין תורה גרייט על כל צרה שלא תבא, אז אויב זיי פארלירן אין קאורט זאלן זיי קענען שרייען אז זיי ווילן גיין צו דין תורה.

פאטאקי08 » 12/4/2006 01:59

ווארהייט מסתמא ביסטו זייער ביזי פאר יום טוב וועל איך דיך מגי' זיין

מאנטריאלער דיין

מיש נישט אריין מאנטריאלער רב ער איז יעצט אינדרויסן פון פאליטיק
ווער עס וויל וויסן מאנטריאלער רב וואס ער האט צו פארקויפן זאל אויסהערן די טעיפס פון יסוד איתן תש"ס אין ארמארי בילדינג
א כשרן פסח

ווארהייט » 12/4/2006 03:14

אוי געוואלד, אזא פלאפּ...

גערעכט, איך בין געווען ביזי מיט'ן פסח און נישט געהאט דעם קאפ דא געהעריג. כאב געמיינט ר' משה מנחם טירנויער.

שכוח פאר'ן מיר פאררעכטן. תוקן על ידי - כל_העולם - 12/04/2006 12:22:06

ווייז_הויז » 17/4/2006 01:58

הגה"צ דומ"ץ קר"י וועט אויפטרעטן מיט א דרשה היינט נאכט ביים יערליכען אסיפות כללית אין ראוז קעסטל ביים דינער פון ישיבת שער התורה (נישט ווי געפלאנט אין ויואל משה ביי די אסיפת נגד העירוב

אלעסאמת » 17/4/2006 04:36

ווייסט איינער ווי מ'האלט

ווייז_הויז » 17/4/2006 04:58

ר' יצחק ראזענבערג שליט"א רעדט יעצט בשם ר' בערל פריעדמאן שליט"א אז פאר יו"ט האט ר' בערל באקומען א קאל פון ר' ישראל האגער מוויזניץ און האראדענקע רב פון מאנטשעסטער אז ר' משה מנחם טירנאויר דיין ממאנטריאל איז זייער בורר פאלגט נאך ווייטערדיגע אפדעיטס

חיים_יושע » 17/4/2006 18:19

וואס האט די דיין געזאגט?