א לשון הרע'לע אונד טאמער עס איז פונקט א יומא דפגרא, עסט מען צו א שטיקל הערינג אויך. אזוי
לעבן אפ אונזערע דארף'ס אידן א לעבן שטיל און רואיג.
מאכט זיך א מעשה אין דארף פאלט אריין אן אורח, זיצט אגאנצן טאג פארטיפט אין זיינע געדאנקן,
אויף די פראגע פון וואו ער קומט האט קיינער נישט ארויסגעקריגן קיין געהעריגע ענטפער. עס
פארשפרייטן זיך שמועות אין דארף אז דאס איז איוואן דער גרויזאמער אליין, דער אורח אליין אז
מען פרעגט עם בורדשעט ער זיך עפעס אונטער די נאז. עס פארלויפט א שטיק צייט און דער אורח ווערט
היימיש ער פאנגט אן צו טומלן וועגן געשלעגערייען, ומעשה שטן הצליח דער עולם ווערט נאכגעשלעפט
פון עם
טייערע איוואן דער גרויזאמער, כבודך במקומו מונח (טיף אין ד'ערד) איך האב אויף דיר גרויס תערומות.
איינס; פאר פסח די לופט אינדערהיים איז אנגעצויגן, וואו מען גייט טרעפט מען אן אויפגערעגטע
באליידיגטע מענטשען, קומט מען אריבער אין קרעטשמע זיך אויסצוטשוכענען, און אאפפס, די זעלבע
אטמאספער שטיקט דא אויך דעם לופט. פרעג איך דיר, אפאר צובראכענע אידן קומען זיך אונטערהאלטן
מיט נארישע לצות און וויצעס מוזטו דאס צונעמען פון זיי?
השנית וואס טוהט זיך מיט בל תשחית? מנעמט א שטוב- וואס מען וואלט געקענט דארט אריילייגן נאך א
טיש מיט בענקליך אז דער עולם זאל קענען זיצן אפילו אין דו פארנומענסטע צייטן- און מען נוצט עס
פאר אומווערדיגע טאהטן.
בכלל דו חלוממסט אז ווען איך לייען אזא ווארט ווי דדדדדדדדזששייקססס!!!!!!!!!! וועל איך זיך
אויסמשל'ן נארישקייטן וואס איז די פרוכט פון דיין קראנקהאפטן אידיאטישן כח הדימיון?!
אויף קרעמער האב איך נישט קיין טענות ווייל ער איז א ליבעראל!!