היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווי איז די ביליגסטע פסח יריד?

ווי איז די ביליגסטע פסח יריד?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1875808

יאגעלע » 10/4/2006 02:07

איך האב זיך אפגעהאלטן פון צו שרייבן ביז יעצט ווען די קאמפעטישען פון די פאליטישע געמיינדעס איז שוין דערנאך, ווייל איך האב נישט געוואלט אנאנסירן קיינעם פון זיי, אבער יעצט וויל איך שרייבן וואס איך האב געזען דעם יאר, און ווי עס האט זיך געלוינט ענדערש צו קויפן.

צווישן איחוד און סעד ועזר איז געווען רוב זאכן ביליגער ביי איחוד אבער סאך א ווייניגער אויסוואל, נאך א זאך איז געווען בעסער ביי איחוד אז מען האט געקענט קויפן מיט טשעקס און זיי האבן נישט צוגערעכנט 2% ווען מ'האט געקויפט דורך קרעדיט קארד. ביי סעד ועזר האט מען געקענט קויפן מיט קעש אדער קרעדיט קארט פלאס צוויי פראצענט.

פאריאר איז איחוד געווען היפש טייערער ווי סעד ועזר, דאס מיינט אז נישט יעדעס יאר איז דער טייערער און דער ביליגער נאר עס טוישט זיך כסדר.

חוץ דעם האב איך געזען נאכן איינקויפן א גאנצן שטוב פראדוקטן אז מיין גראסערי איז געווען ביליגער ביי געוויסע אייטעםס[בילד – נישט אפגעהיט]

עפשטיין » 10/4/2006 03:05

וויפיל פראצענט האסטו פארדינט פון ווען די וואלסט געקויפט אין גראסערי?

SINGER_73 » 10/4/2006 18:21

The best thing about the yerid,is when you buy cases,grape juice,or potaitos,apple juice,spoons,napkins,etc.,there the differents beetween the grocery and them is huge for me it  was a $50differents,

עפשטיין » 10/4/2006 18:32

פופציק דאלער א הבדל אויף פסח הוצאות איז ממש א ערנסטע מציאה.

דאכט זיך מיר אז ליכט אויף פסח קאסט מער ווי דעם.

money235 » 10/4/2006 18:59

BTW i zipped thru both lists & i came out that most of the items
was saad veizer cheaper

יאגעלע » 10/4/2006 20:35

נאכן אנפילן א גאנצע שטוב פון אלע מציאות און געבארגט כדי אז דורכן יאר זאל איך צאלן א וואך בערך דריי דאלער ביליגער פאר מיין גראסערי ביל טרעף איך א חבר וואס זאגט מיר אז ביי הצלחה איז פעפער גודס ביליגער מיט אפאר דאלער ווי ביי איחוד.

אין כל העולם כולו האט אויך איינער אזוי געשריבן אז הצלחה געט אויך דעליווערי פרי (פלאס א טיפ)