היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » האלט דא טראכט מען (עצכ"ח יידיש) » קורץ און שארף - ליקוט פון ווערטלעך

קורץ און שארף - ליקוט פון ווערטלעך

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1872151

עצור_כאן » 7/4/2006 08:32

דער אשכול ווערט באשטימט פאר קורצע ווערטלעך אדער לינקס צו אזעלכע.

עס איז רעכט אז מען זאל ברענגען דעם מקור ובפרט ווען עס איז דא א חיוב פון הכרת הטוב צום שרייבער און צום פארום פון וואו דאס קומט.

לינקזעצער » 7/4/2006 15:32

לחשוב מחשבות >  שער המחשבה
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1671579
NOTCERTAIN
וויאזוי ווייסט מען ווען מ'דאנקט דעם רבוש"ע אז מ'מיינט עס ערנסט? די ערשטע מעסטער איז, טוסטו דאנקן די "לעבעדיגע נאנטע" מענטשן וואס זענען כסדר מיט דיר, אזוי ווי דיין מאמע למשל. (מענטשן וואס מ'האט מיט זיי נישט קיין נאנטע שייכות איז גרינגער צו דאנקען, ווייל מ'וויל זיי זאלן האבן אויף אונז א גוטן בליק, משא"כ די נאנטע ווייסן שוין סייוי ווער די ביסט!) אויב נישט איז דאס דאנקן דעם רבוש"ע אויך נישט אויפריכטיג. בברכה.

shilepic » 7/4/2006 17:12

ווטו1 סוד: http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1859189 מו"ר האט מיר גיזאגט בשם ר"ג ז"ל, אז "סוד" מיינט נישט דווקא א זאך וואס מען האט מורא אז מען וועט עס ווייטער דערציילען, נאר דאס דער וואס וועט דאס הערען וועט נישט וויסען דאס צו שעטצען [אפרישייטען בלע"ז] און דערפאר וועט ער מזלזל זיין און פארפאסען דעם חאשעבען תוכן וואס אין א פאר יאהר שפעטער קען ער שוין זיין ראוי דערצו.

לאנדסמאן » 4/7/2008 19:59

איך האב געזען א שיין ווארט, עס שטייט אז דער וואס לויפט נאך כבוד, לויפט דער כבוד אוועק פון אים, און דער וואס לויפט אוועק פון כבוד, לויפט דער כבוד אים נאך.

איז דאך שווער, ביידע האבן דאך למעשה נישט קיין כבוד, פאר איינער לויפט דער כבוד אוועק, און די אנדערע לויפט אוועק פון די כבוד, איז וואס איז די חילוק?

נאר דער חילוק איז ווען זיי ווערן עלטער און זיי האבן שוין מער נישט קיין כוח צו לויפן, דער וואס פלעגט לויפן נאך כבוד, האט שוין מער נישט קיין כוח צו לויפן, און ער האט נישט קיין כבוד, און דער וואס איז אנטלאפן פון כבוד, האט שוין נישט קיין כוח צו אנטלויפן, און ער האט כבוד...

אהרלע » 31/7/2008 12:15

לאנדמאן, איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ווארט, איך האב געהערט א אנדער ווארט אויף דעים, אז מיר זעהן אסאך וואס לויפען אוועק פון דע כבוד, און זיי האבען נישט ביים סוף קיין כבוד ?
דע תירוץ איז אז בשעת זיי לויפען אוועק, דרייען זיי זיך כסדר אויס צו זעהן אויב דע כבוד לויפט זיי נאך....

לאנדסמאן » 31/7/2008 17:09

זייער גוט.

אז איר האט נאך ווערטער, ביטע שרייבן, צו מהנה זיין דעם עולם, והיה זה שכרך.

ישר כוח.

אהרלע » 1/8/2008 01:45

אויב די באמערקסט בין איך דא א נייער (אדער א גרינער) איך וואלט זעהר געוואלט וויסען מיט וועם חבר איך מיך דא ? איך מיין נישט ביים נאמען עס איז מיר נישט קיין נפקא מינה צו איך שרייב צו פעפעראוויטש, אדער צו פעלזענאבסקי, איך מיין צו זאגען גיהערען דא אלע צו א געוויסע קרייז, צו א געוויסע מדינה, אדער ווער עס קען יודיש איז דא וועלקאם.

לאנדסמאן » 1/8/2008 02:06

אלע זענען דא ווילקאמען, ס'געהערט נישט צו קיין שום קרייז, ס'איז אומפארטייעיש, און מען קען דא שרייבן מכל מדינות העולם.

ס'געהערט פאר אלע וואס ווילן טראכטן.