היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הגדה פון פאר די פרויען רעכט מאוומענט...

הגדה פון פאר די פרויען רעכט מאוומענט...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1871404

דיפלאמאט » 6/4/2006 18:20

אין פורום 'שיעור עיון' האט דער חשוב'ער ניק ר' דעת ותבונה צוגעברענגט א אויסשניט פון א הגדה ווי מען זעט א מנהג טוב וואס מען טוט בעת'ן עסן די מרור. כאפט א בליק אהער:

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1861192

APPLE » 6/4/2006 18:29

די בילד איז א קאפי פון פראג רפ"ז, אבער עס איז דא אויך אין שפעטערע הגדות, בעיקר די וואס האבען מבסס געווען זייערע בילדער אויף דעם הגדה

דיפלאמאט » 6/4/2006 18:32

דא איז דער בילד, וואס ער האט גענומען פון פורום 'בחדרי חרדים':

[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 6/4/2006 18:58

שמעתי ממגידי אמת אז דער קלויזנבורגער רבי זצ"ל האט קודם געהייסן ארויס ווארפן די הגדה כדין ווי א לץ האט דאס געשריבן.

שפעטער האט ער געזאגט א סברה אז דאס קומט פון די אנוסים אין שפאניע, ווי סהאט געמוזט הענגען א בילד פון די מאריא, האט מען געשריבן: מראה על האשה

איך מיין אז סאיז אויך געדוקט אין ספר הליכות חיים החדש לפסח

ליכטיג » 6/4/2006 23:17

באטשי

אלע אלטע הגדות זענען פול מיט די סארט בילדער פון ווייבער, מען האט נישט געדארפט קיין תירוץ.

ס'איז אפשר גוט פאר א לימוד זכות.

סטלש » 7/4/2006 21:44

BACHI

די צרה מיט דעם פשט איז אז דער בילד האט א ש פון אונטן וואס איז דער חתימה פונעם ארטיסט שמשון א איידעם פון דעם מדפיס גרשום כהן פון פראג.

Baachi » 7/4/2006 23:12

ליכטיג
סטלש

איך מיין נישט דאס בילד בכלל

איך מיין דער מקור פון די ווערטער  "מראה על האשה" די בילדער זענען שוין צוגעקומען שפעטער

קען זיין סנאר געוועהן א לימוד זכות,

כל זאת באתנו ולא שכחנוך...