היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » וואס טרינקט איר ביי די פיר כוסות???

וואס טרינקט איר ביי די פיר כוסות???

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1871229

3x0 » 6/4/2006 16:17

וואס טרינקט איר ביי די פיר כוסות?

וויין, מיט ציקער? אן ציקער? היימישע? געקויפטע?

גרעיפ דזשויס, ליכטיגע? טינקעלע?

מאסט, היימישע? געקויפטע?

jewboy » 6/4/2006 18:12

גרעיפ דזשאס, מיט אביסל פארברענגען אדער ברטנורא

SINGER_73 » 6/4/2006 19:10

Grape juice and must or moost or most????i dont know how to spell it

קרעמער » 6/4/2006 19:54

קדם גרעיפ דזשוס. די מערסטע אפגעהיטן פון חמץ א גאנץ יאר. פינטל.

SINGER_73 » 6/4/2006 20:18

Kramer,why is kadam more then any other brand ??in regards to chomatz

קרעמער » 6/4/2006 20:39

זינגער;

עס איז נישטא קיין אנדערע ברענד... אלעס איז קדם מיט אן אנדערן ניק.

SINGER_73 » 6/4/2006 20:52

 MISHPACHA and RASHI are for sure not KADEM, they come from ROKIACH who is a  fierce competition  for Kadem

money235 » 6/4/2006 21:27

RASHI IS FOR SURE FROM KEDEM

cano » 7/4/2006 00:30

burgundy royel kedem brand פאר די ד' כוסות אין פאר שלחן עורך

איך זיי אדורעך די וויין פאר פסח כדי שלא ישתכח מנהג אבות

סאכדעס » 7/4/2006 01:45

קנאי שוין די צווייטע עמי הארצות היינט, זייען זייעט מען נאר וואסער, מחשש אויב איז אריינגעפאלן א ווייצל, און היינט וואס סיווערט שוין דורכגעזייעט ביז סיקומט אהן צום קראן, איז ווער סיוויל זייעט עס נאכאמאל משום מנהג אבותינו בידינו, אבער וויין מאן דכר שמיה?

whats_up » 7/4/2006 05:04

גרעיפ דזשאס

cano » 7/4/2006 18:11

סאכדעס עס קען זיין אז די האסט געטראפען מיין טאטע ביי (אן ...)טעות אבער נישט מיך ביי אן עם הארצית bty עס איז גאר א קליינע קינץ מיך צי טרעפען ביי אן עם הארצית

וואלט איך עס ווען נישט געזעהן ביי מיין פאטער וואלט איך עס ווען קיינמאל נישט געטון

יעצט זיי מיר מסביר פאר וואס איז אן עם הארצית דארעך צי זייען וויין

אין א חריפות אדער א תלמיד חכמהת דארעך צי דייען וואסער

סאכדעס » 7/4/2006 18:19

דא וועל איך מיר שוין אן נעמן פאר מיין אויבערהאר, אין זיין שיעור כללי וואס ער האט געזאגט אויף פסח -איר באמערקט שוין לאנג נישט געווען קיין שיעור אין הלכות קריה"ת- האט ער ברייט אויסגעשמועסט דעם ענין, תוכן הדברים לענינו, אמאליגע צייטן פלעגט מען שעפן וואסער פון א ברונעם, און אנדערע ווערטער איז געווען די וואסער אפן צום הימל, האט מען געהאט א חשש, אז ווער ווייסט צו די ווינט האט נישט אריינגעבלאזן א משהו חמץ, ממילא איז געווען א שטארקע חומרא זיך אנצוגרייטן וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב, און דאס זייען בעפאר, כדי סיזאל נישט זיין קיין שאלעס, פון דעם איז נשתרבב געווערן א מנהג צו זייען די וואסער פאר פסח, אבער וויין האט מעיקרא נישט געהאט קיין שום חשש, איז מילא צוליב וואסערע סיבה זאל מען דאס זייען, מהיכי תיתי, אז דו ווילסט עפעס טוהן ער"פ, פארוואס נישט? גראדע קען איך דיר געבן ארבעט אז דו ווילסט שיק מיר אין אישי.

cano » 7/4/2006 19:59

איך וועל אייך זאגען פארוואס מען זייט דארעך וויין ציקער וואסער ועוד ביי מאן פאטער אין שטיב
מיין פאטער זאל לעבען ביז משיחס טאג האט מיר אויפדעם גענעטפערט אין א טעלפאן געשפרעך וויבאלד ער איז חושש אז עס איז אריין געפאלען א ברעקעל חמץ אין די וויין אדער אינעם באטעל פארן פארמאכט ווערען ממילא מיז מען עס אויסזייען נאך פאר פסח ווייל אום פסח העלפט שוין גארנישט ווייל עס ווערט נישט בטל

ממילא די וואס לייגען זייערס אויפן סינק לכבוד פסח טיען גארנישט אויף ממ''נ איז דא דערין חמץ טיסטי גארנישט אויף מיטען זייען איז נישט דא קיין חמץ וואס לייגסטי א זייער

אין אויף די קשיא מאי שנה א גאנץ יאר טראסטי דעם בעל מכשיר מיטען כשרית אין פסח נישט האט ער גענענטפערט אז די מקור איז פין זיך נישט מישען אום פסח און לגבי דער כשרית איז ער באגלייבט משא''כ לגבי חמץ דארף איך נאך אליין זיכער מאכען

איך_הער » 7/4/2006 20:06

איך בין טאקע נישט זיכער צו דאס ארויף לייגן די שמאטע אויפן סינק האט צוטוהן מיט דוירעך זייען , איך מיין אז ס'האט מער צוטוהן מיט פארדעקן די חמץ'דיגע סינק אזוי ווי מ'דעקט צו אלע קלאזעט הענטלעך א.ד.ג. מיט זילבער פעיפער , והא ראיה ווייל ביי די פסח'דיגע קיטשענס לייגן רוב ( אזוי מיין איך ) מענטשן נישט קיין שמאטע
ביי אונז גרייט מען אן וואסער פאר פסח אויף א גאנץ יו"ט צו עסן און קאכן

קרעמער » 7/4/2006 22:35

כ'הער;

אויב מען כשר'ט דעם סינק, און דעם קראן, איז די שמאטע נאר אלץ חומרא דפסח, אזוי דאכט זיך.

יענטאאש » 8/4/2006 00:34

וואס וויסטו פון מיר?!!!!.......... לאמיך צורו..... אביסל פרייוועסי טאר איך שוין אויך נישט האבן?!!!!!!!...... ס'אי געשעפט האסטו וואס איך טרינק?!.... לאז... ווא-וויסטו?!!!..... לאז מנוחה.... גיי... איך האלט דיך נישט ביים ענטפערן! לאמיך אפ!!!.... נאהאט!.... גיי שוין פון מיר..... אךךךךךךך!!........ אקעי איך טרינק 'קדם רעסבערי ספארקלינג' ביזטו צופרידן?!!!!.....

ABI_MLEBT » 9/4/2006 07:39

Matuk kal 4% for the koises,
  recomended especialy if you are not a heavy wine drinker,
Concord kall 12% for the meal, from kedem of course

Chag kusher v'sumeich all my friends in the kraitchma