היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » אכטונג: פייטינג עריע!

אכטונג: פייטינג עריע!

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1871219
בלאט: 1 2

גרויזאמער » 6/4/2006 16:11

כל זה נכתב ונחתם בטבעת המלך ביום ד' בחודש אשר ישועות בו מקיפות בשנת שלש למלכות קרעמער יר"ה

אחד
איינע פון די מעכטיגע רעזאלוציעס ביים מיטונג איז געווען אז היות עס טוט זיך דא אפ לעצטנס געפערליכע 
        הריגות, מ'טשיינס געזאגט, צווישן אסאך קרעטשמע זיצערס, וועט מען ארויסבויען א שטובל, נעבן דעם קאווע שטובל אויף די לינקע זייט (דארט ווי די האט קאפס פלעגן ליגן ביז יעצט), און עס וועט זיין א "פייטינג עריע".

והיה און עס וועט זיין אז פאר איינער ווער עס וועט זיך פארגלוסטן א קרוג צו  טאן מיט איימיצן, אנשטאט ער
         זאל דארפן אפירזוכען אינעם גאנצען קרעטשמע זיין בר פלוגתא, און זיך אנטשעפן אין פרעמדע באשעפענישן (אזויווי עס האט שוין פאסירט אין די פארגאנגענהייט ביי די כישוף אויג מאנסע), וועט ער דא אריינקומען און טרעפן נאך איימיצן וואס שטייט שוין דארט גרייט זיך צו פייטן, מ'טשיינס געזאגט.

התקנות די תקנות פון דעם שטובל איז, קיינער איז נישט בעל הבית, און כל דאלים גבר. אויב למשל איימיצער
              וויל ארויסטרייבן איינעם פון דא, דארף דאס צוגיין נאר ווייל  מען וויל זיך קרוגן, אבער אויב וויל מען ארויסטרייבן ווייל מען זעט אז יענער שטארק זיך איבער, טאר מען נישט. אויב די קענסט נישט פארנעמען די היץ גיי ארויס פון קיטשען. אוקיי?

איש יהודי געווען א יידישע מאן אין די קרעטשמע, וואס האט געהייסן יענטאאש, אויב וועט זיך אים פארגלוסטן
                זיך צו קרוגן מיט יאנאש, זאל ער אריינגיין אין די פייטינג עריע, און זאגן פאר עפעס א בחורל וואס דרייט זיך נעבן די קאווע אז ער זאל ארויסרופען יאנאש, און ווען יאנאש וועט אנקומען וועט זיך אנהויבן דאס פייטעריי.

ועתה יעצט מיין טייער קינד, הער זיך צו צו די שטראף רייד פון קלוגערע לייט פון דיר, געב אכטונג אויף די 
         ארויסזאגעכץ פון דיין מויל. אויב ווילסטו זיך נישט פייטן, איז נישט קיינער צווינגט דיך נישט, אבער די מוזט ארויסגיין פון דעם פייטינג עריע. ליגנט זאגן טאר מען נישט. זאג נישט אז די ווילסט זיך פייטן ווען די ווילסט נישט.

בסדר אוקיי? ידידינו פענסטער האט ביי די מיטונג מנדב געווען לכבוד די רעזאלוציע א פענסטער פארן טיר
          פונעם פייטינג עריע, און עס וועט זיין אז ווער עס וויל זיך צוקוקען צום ריזיקאלישען געראנגעל, זאל בלויז אריינקוקן פון די פענסטער.

jewboy » 6/4/2006 16:15

גרויזאמער, סארי טו טעל יו, באט.

אלץ ביזטו ביזי מיט פייט'ס,

א שאלע אין די זייט.

פארוואס ביזטו טאקע אלץ ביזי מיט פייט'ס?

איך האב נאכנישט געליינט וואס די האסט געשריבן, באט די קעפל וואז אינאף

יאנאש » 6/4/2006 17:10

היות עס איז געבליבן ביים מיטונג אז דאס פייטונג רום איז א געווארענע פאקט, האט יאנאש באשטעלט א גרויסן סיין צו לייגן ביים טויער, עס דארף אנצוקומען יענע וואך.
[בילד – נישט אפגעהיט]

יאנאש » 6/4/2006 17:36

דא האט איר א סקעטש פונעם סיין, הגהות ווערן אנגענומען ביז זונטאג.
[בילד – נישט אפגעהיט]

שנאפס » 6/4/2006 19:14

כ'העל מוזן ארייינברענגן ניני מיטן גרויסן ק.נ.א. טאַטאָ ער העט סדר מאכן.

יגרסהדותא » 6/4/2006 19:47

שנאפס דו הייבסט אן?

יגרסהדותא » 9/4/2006 23:17

גרויזאמער, דו ביסט אן אפגעפליגטע בהמה, אלע מאל מיט נייע ווערטער, קענסט נישט לאזן דעם עולם דא אטעמען?

ארויס, אבער שוין!

סאכדעס » 9/4/2006 23:19

קודם בין איך מוחה אויף די רייד פון יגר'ל סיפאסט נישט אזוי צו רעדן, אויף א חבר אין די קרעטשמע, מיר עלן שוין מאכן א מיטינג

יגרסהדותא » 9/4/2006 23:21

סאכדעס דאס הייסט דו ביסט אויך דא, ווארט נאר א מינוט, איך עפן אויס מיין קלאזעט, הייסע סחורה גייט דא קומען, דא גיי נאר נישט ארויס, בלייב נאר דא

גרויזאמער » 9/4/2006 23:25

אההה, דא ביסטו!!!!! קום אהער, איך ווארט שוין אויף דיר אזוי לאנג!!!! נאדיר.... אא...... אאאאההעההעעעעעעעעעעההההההההההההההה........... א א אזוי נאך איינס!!!!!! פופססססססס העהההעעעע ההעעההה אוי איך אטעם שווערליך. נאך איינס...... דדדדדדדדזששייקססס!!!!!!!!!!!!! רבותי, קומט אלע און בליקט אריין אין פייטינג עריע, עס איז ממש יום טוב!!!! דא האט איר א בילד מען קען באמערקן יאנאש מיט קרעמער שטייען ביי די פענסטער... זיי קומען אויך באלד אריין....
[בילד – נישט אפגעהיט]

יגרסהדותא » 9/4/2006 23:29

אט אזוי! זעהסט סאכדעס, כ'האב דיר געזאגט ס'לוינט נישט... אוי סאכדעס סאכדעס, דאס איז נאר געווען די הקדמה.

סאכדעס שטיי אויף, נו, שטעל דיך אויף, מיר האבן נאך, פפאאאךךךךךךךךךךךךך, אט אזוי, און נאר אזוי

גרויזאמער » 9/4/2006 23:34

ה צ ל ה ה ה ה !!!!!!

מיר האבן דא א הצלה מעמבער????


יאנאש האט געחלשט!!!!

ה צ ל ה ה ה ה !!!!!!

ה צ ל ה ה ה ה !!!!!!

יגרסהדותא » 9/4/2006 23:36

גרויזאמער, דא קען מען נישט חליש'ן! דא איז אויסדריקלעך נאר צו פייטן, און פייטן מיינט פייטן

ווער ס'חלישט איז OUT

יעצט גרויזאמער, פאר דיר איין פראסק, צוויי און דריי...

אויב דו חלש'ט ביסטו אויך OUT

נעקסט פליז

סאכדעס » 9/4/2006 23:37

יגר סטעפ אוט, אוטש נאדיר נאך איינס, איצט קענסט זיך שוין נישט אויפשטעלן, וואג דיר נישט, דער וואס קוקט פון אויבן דארט איז פאר מיר, דו מיינסט איך בין א מפיל קינד האא? אאאאאאוה דא האסט נאך איינס אין די זייט. באלד ביסטו שוין נישט דא, וואג דיר נאר נאך איין בליק אויף גרויזאמער

גרויזאמער » 9/4/2006 23:40

סאכדעם קום אהער דא, מיר האבן א גרויסען דזשאב דא היינט...

לאמיר זיך אויסרעכנען וואס מיר גייען דא טוהן, ווייל פאקטיש האט דאך יגר אויך צוויי חברה מיט
זיך...


די סיטואציע איז אזוי......


................................................................


יעצט לאמיר גיין

אוקיי?

דו גיי רעכטס, דאן כאפ ארויס די ביקס פון יענטאש'ס האנט. איך וועל אומשעדליך מאכן יגרל. און
דאן וועט אלעס גיין ווי מצה וואסער. תוקן על ידי - גרויזאמער - 09/04/2006 23:43:01

יגרסהדותא » 9/4/2006 23:41

סאכדעס שריי נישט: אפפפסססס ס'טוהט וויי, איך קניפ נישט דיין בעקל ווייל דו ביסט זיס, בכלל נישט, איך פליק עס אויס, און דריי עס פשוט איך וויל זעהן ווילאנג דו גייסט אנציעהן.

די ווערטער באלד קומט גרויזאמער דאס איז קינדיש, באלד קומט מיין טאטע, חאחחא, מיין טאטע האט א גרעסערע פאסיק ווי דיר, קינדערישע חזיונות

דא האנדלעט מען מיט ערקוואקסענע מענטשן, פארשטאנען?

סאכדעס » 9/4/2006 23:45

גרויזאמער זייער גוט, איך לויף שוין אהין,

יגר'ל דא נאדיר נאך א זעץ פון אונטן אהההההההההההההה איצט טוט עס שוין די אויפגאבע, מיין בעקל איז גרעסער וי דו מיינסט, כאב זיך שוין געשאלאגן מיט גרעסערע פון דיר און שטערקערע פרעג נאר גרויזאמער ווי אזוי כאב איהם אין איין טאג מסדר געווען,

קיי כאב שוין די ביקס פון יענטטאאש,

נאך איין ריר יגר'ל איך ערלעדיג דיך אויף דעם ארט

זארעכפעפער ווען דו זעהסט אז ער הייבט זיך אויף שיס גלייך פון אויבן

סאכדעס » 9/4/2006 23:49

קרעמער קענסט מאכן וואס דו ווילסט, לאז נישט אראפ די קעמערע פון די הענט, פארגעס נישט וועסט מיט די בילדער מאכן גרויסע נייעס, מיהאמיר איהם שוין באלד באזיגט.

יגרסהדותא » 9/4/2006 23:50

לשם יחוד קוב"ה ושכינתיה וכו' מצות פריעת בעל חוב וכו' וגם לקיים מצות עשה ביומו תתן "שכרו" ויהי נועם..

שוין לאנג נישט געשטויסן, נו, שמשון הגבור'ס תפלה, לישעותך קויתי ד'.

הערטס מיך אויס באנדיטן, איך גיי זאגן דעם לישעותך, ביי יעדע קויתי העטס עטץ שפירן א זעטץ. לישועתך קויתתתתתתתתתתתתי  ד', קויתתתתתתתתתתתתי ד' לישעותך, ד' לישעותך קויתתתתתתתתתתתתי.....

נאכאיינמאל איבערזאגן? צו ס'איז גענוג געווען?

סאכדעס » 9/4/2006 23:51

קענסט זאגן וואס דו ווילסט דו ווייסט סייווי נישט די כוונות סיעט דיר גארנישט העלפן.

קרעמער » 9/4/2006 23:54

אזוי ווי עס הערשט דא א שטיקל צומישעניש, דער עולם איז אין די גיסטע זיך צו פייטן, אבער אן א פירער וועלן די פייטס אויסקוקן ווי ..... .... (תוקן ע"י גראף), מען ברויך האבן א "קריגס מיניסטער"...

על כן, נמנו וגמרו, איינס צוויי דריי, יעדער איז מסכים יעדער באשטייט, שרייטס אלע דער נייער קריגס מיניסטער גרויזאמער ער גייט ער גייט ער גייט!!!!!

יענטאאש » 9/4/2006 23:57

חברה!...... האלאו!!........ איך בין דא אויבן קוקטס ארויף!!!!!!!...... איך האב מעידשזער נייעס!!!!!!!....... עטס הערטס?!!!!!!!!....... איך ווייס נישט אויף וועמענס זייט יאנאש איז, אבער כ'האב דא בילד ווי ער ברענגט גראבע קלעצער!! בי פריפעירד!!!!!!!!.....

יענטאאש » 9/4/2006 23:59

דא האט איר!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]

יגרסהדותא » 10/4/2006 00:08

סאכדעס שעפעלע, וואס ביסטו אזוי צובליטיגט, וויי געוואלד

סאכדעס » 10/4/2006 00:18

יגר'ל מיינסט אז מיר וועלן זיך שרעקן פון דיין קאזאק הנגזל שפיל, פריי דיר אז מיר האבן געשאסן אין נישט קיין סענסיטיווע פלעצער.

יגרסהדותא » 10/4/2006 00:20

חא חא, איך האב נישט געוואוסט אז א גראדע וואנט הייסט גאר א "נישט סענסיטיווע פלאץ" חא חא

סאכדעס » 10/4/2006 00:27

כאף אז ער לעבט נאך די לעצטע ווערטער איז געווען געוואנדן צו מיר, ער מיינט אז מיר האבן נעבעך געשאסן אין וואנט, רבותי שנעל ברענגט אריין דא די הצלה, אבער שוין, נווווווווו


נוווו וויפיל מאל דארף איך בעטן און שרייען,

אה שוין דא נו ער איז נאך דא אדער נישט, רבותי האלט אייך רואיג,






האאאאא??? כ'הער נישט!, ער האט נאך שאנסן, ?
וואס?   אה הודו לה' כי טוב, כאף אז נעקסטיים עט ער בעסער ביהעיווען, און ער וועט אריינקומען מיט מער סעקיורעטי,


וואס זאגט ער דארט? ער זאגט אז מיר האבן געשאסן אויף די וואנט, ככככככככככככככככככאאאאאאאאאא כככככככככככככאאאאאאאאאאא נעבעך ער איז גייסטיש צורודערט געווארן? 

יאנאש » 10/4/2006 00:49

ווארט נאר ווארט, יאנאש האט יעצט געכאפט א פלייאינג בעט פון עלעקס ראדריגעז, עס קומט שוין אריין אין קראפט.

יאנאש » 10/4/2006 00:51

ווארט נאר ווארט, יאנאש האט יעצט געכאפט א פלייאינג בעט פון עלעקס ראדריגעז, עס קומט שוין אריין אין קראפט.

[בילד – נישט אפגעהיט]

סאכדעס » 10/4/2006 05:48

יאנאש WOW פון וואנעט האסטו געשאפן דעם גוטן שטעקן?

שנאפס » 10/4/2006 08:39

הקיצור יעצט האט ער דעם ביקס
[בילד – נישט אפגעהיט]

שנאפס » 10/4/2006 08:41

דאס זייגט. א קליין בילד'ל קען מען נישט ארויף לייגן?! תוקן על ידי - שנאפס - 10/04/2006 8:43:40
[בילד – נישט אפגעהיט]

סאכדעס » 10/4/2006 19:14

גרויזאמער האסט געמיינט אז איך קען דיר נישט בייקומען, וואס?...... יא אזוי ווי דו הערסט, לאמיר נאכאמאל הערן........

איך ווארט דיר ביים קארנער..............

אה אה דאס איז גוט זיץ אין קארנער און איך על דיר מסדר זיין תוקן על ידי - סאכדעס - 10/04/2006 19:16:57

גרויזאמער » 10/4/2006 19:22

ווארט נאר ווארט. קיין חמץ פארקויפסטו שוין נישט היי יאר!

אומדירעקט » 10/4/2006 19:23

.

תוקן על ידי - אומדירעקט - 10/04/2006 19:23:58

יגרסהדותא » 10/4/2006 19:30

דו זיץ נאר, איך זעה אויף די פיס קענסטו מער נישט שטיין, זעהט אויס אז מיינע שטויסעס האט געהאלפן.

ומכאן הקריאה יוצא, לויט ווי אפגעשמועסט קען מען דא אריינקומען נאר כדאי מיטצוהאלטן. דער "שנאפס" און יעצט "אומדירעקט" לייגן אריין צוויי פינטעלך און יאגן אפ.

דאס וועט מער נישט זיין, ווער ס'גייט ארויס פון דא מוז האבן "שני סימנים"..

שנאפס » 11/4/2006 00:59

כהאב געטראפן דעם ניני, עטץ געדענקסט נאך זיינע מוקסלן? הקיצור שוין נישטא קיין זכר פון דעם. ער איז געווארן אן אמת'דיגע בעל תשובה
[בילד – נישט אפגעהיט]

לעמעך » 12/4/2006 00:40

im ready to rumble

איך האב געטראכט אשטאטץ איך זאל זיך שלאגן מיט מיין ווייב וואס יעדע ברעקעלע איז חמץ קום איך אהער דא און איך האב מיך אנגטון די באקסינג גלאווס און איך בין רעדי צום פייט.

איך זע אבער אז איך בין דא אליין    [בילד – נישט אפגעהיט]

גרויזאמער » 4/5/2006 03:29

בעני??? דו ביסט אנטלאפן??? קום אריין!

גרויזאמער » 8/5/2006 22:40

איינער זוכט מיך?

קרעמער » 8/5/2006 22:42

מורי ורבותי, האלט אייך געשפאנט

די פייט צווישן יגר'ל מיט דעם גרויזאמן וואס האט מייסד געווען דעם גולם "שותפות" וואס איז ארויס פון די גלייזן, וועט זיך יעצט אנהייבן, בהשתתפות אני הקטן.

גרויזאמער;

וואס אין די וועלט האט דיר געמאכט באשלוסן אז א שותפות'דיגע ניק און א שותפות גימעיל אקאונט וועט זיין א תועלת?

אויף וועלכע זייט בעט ביסטו יענעם פרימארגן אויפגעשטאנען, איך וויל וויסן וואס אנצוזאגן מיינע קינדער אויפצושטיין אויף די אנדערע זייט.

קרעמער » 8/5/2006 22:44

זינט דער גולם "שותפות" איז באשאפן געווארן, האבן זייער אסאך מיטגלידער נישט קיין מנוחה ושמחה אין זייערע גוגעל טאלק געשפרעכן, מענטשן האקן אריין מיט דעם ניק, צוויי מענטשן קענען אויפאיינמאל רעדן דערמיט, עס טוט זיך א בהלה, ממש א תבלול מיט א מרוח אשך אויסגעמישט, דו ביסט שולדיג אין די גאנצע סעמאטוכע, דו האסט געגרינדעט דעם "פרענקנשטיין"!

גרויזאמער » 8/5/2006 22:46

היי ענד טענקיו פאר די אפורטונעטי! סאו אייעם אל-דע-וועי רעדי! קרעמער די גימעיל אקאונט האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אלץ א געשמאקע קאווע שטובל פארן ציבור מען שמועסט אוון מען ווייס נישט צו וועם, און מען ווייסט נישט צו וויפיל מענטשן מען רעדט אויף אמאל איך פארשטיי אז דו אלץ קייסער שפירט זיך אומאנגענעם אראפצוקומען אינעם קאווע שטובל אבער טאקע דערפאר שפירן מיר זיך אלע באקוועם דארט איין פלאן וואס מען קען רעדן אנדעם וואס דער קרעמער זאל אגאנצן צייט אריינשיסן זיינע אינטערנאצינאלע נייעס אנאליזן. שפירסט זיך געטראפן? מעגסט! אוקיי?

קרעמער » 8/5/2006 22:47

אין פאל דו ווייסט נישט ווער פרענקנשטיין איז (ניין, נישט קיין קרוב מיט שוטנשטיין), נאדיר א קלארע בילד פון אים (עס איז די אמעריקאנע ווערסיע פונעם גולם ע"ה):
[בילד – נישט אפגעהיט]

גרויזאמער » 8/5/2006 22:50

אט האט איר א טיפיקאלע קרעמער, ער הייבט אן צו רעדן פון פרענקשטיין, געט א שיס אריין ווי עס באלאנגט אפילו נישט. נעקסט קומט א בילד פון אים. נעקסט קומט וויפיל ער האט געהאט א חלק אין די איראקע קריג. און נאכדעם זיין ביאגראפיע וויאזוי ער האט זיך אויפגעהאדעוועט אין מאנגאליע אין איין הויז מיט הערי פאטער. אט וועגן דעם דארפן מיר א קאווע שטובל און א שותפות ניק. אוקיי?

גרויזאמער » 8/5/2006 22:52

איין מינוט נאר קרעמער! יגרל?

יגרסהדותא » 8/5/2006 22:52

יא, שטיי נאר גלייך, און טוה אויס דיינע ברילן

די וועסט מיט "שותפות" קיינמאל נישט קענען געווינען, ווייל "שותפות" האט אסאך תלמידים, ובעיקר, "גרויזאמער" ווען ער פארלירט ניצט ער אויך "שותפות" אים ארויסצוהעלפן.

נו, לאמיר זעהן צו דו קענסט מיט אים עפעס טוהן.

נישט אראפצושלינגן, נישט אויסצושפייען

קרעמער » 8/5/2006 22:53

ווי עס זעט יעצט אויס האט יגר'ל זיך עפעס פארפלאנטערט מיט שותפות אינעם זייטיגן צימערל, און האט פראבלעמען דורכצומאכן דעם וועג אהער, וועל איך רעדן אנשטאט אים.

גרויזאמער;

(צוערשט נאדיר איינס און א גוטס, איי איי איי, סארי, כ'האב נישט געוואלט אזוי שטארק, נאר שטארקער).

האלאו? שעמסט זיך מיט דיין בילד? שעמסט זיך מיט דעם ענטפער צו דיין חידה אז קיין שפיגל אין די וועלט וועט נישט קענען צייגן אז דו ביסט שיין???????????????????


חאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחא (דיין סימבאלישע געלעכטער)

גרויזאמער » 8/5/2006 22:57

אין פאל איר ווייסט נישט ווער איינשטיין איז: די מאנגאלישע ווערסיע פון קרעמער
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 8/5/2006 22:57

יעצט קומט די נייעס אז מען האט געפונען א שפיגל פונעם גרויזאמער, און עס צייגט א זעלטן קלארע בילד פון זיין געשטאלט
[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2