מיטוואך 9:30 צופרי.
זייט נעכטן נאכמיטאג, גייען אן פארהאנדלונגען פון ביידע זייטן, אז על כל צרה שלא תבוא, זאל אלעס דורכגיין מיטן גרעסטן מאס כבוד און דיגניטי פאר'ן רבן של ישראל, און ביידע זייטן זאלן אוועקלייגן זייערע פאליטישע אינטערעסן אין א זייטן, כדי אפצושוינען דעם כבוד פונעם רבי'ן, און טוהן א חסד של אמת מיט'ן רבין.
פון די אהרונים איז דער מתווך
מרדכי ווייס פון סיגעיט. א נאענטער ידיד פונעם רבי'ן פאר קרוב צו 40 יאר.
פון די זאלונים איז נישטא איין מתווך.
עס זענען דא בערך צען
משה פרידמאן
אליעזר קעסטענבוים
בעריש פרייליך
זאלי
ליפא טייטלבוים
שאול פערלשטיין
ליפא קרויס
קודם האט משה פרידמאן געשריגן אז ער וועט נישט לאזן דעם רב צוגיין צו די מיטה, נישט אין וויליאמסבורג און נישט אין קרית יואל
מרדכי ווייס האט געזאגט: בלא. דאס וועט פירן צו געשלעגן.
און האט קלאר געזאגט אז זיין צד פאדערט קלאר און דייטליך: אז אלע קינדער פונעם רבי'ן זאלן קענען מספיד זיין אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט.
נאכדעם האט משה געזאגט אז אין וויליאמסבורג וועט זלמן לייב מספיד זיין
און קרית יואל וועט דער רב.
מרדכי ווייס האט געזאגט אז אונזער צד איז נישט מסכים.
1) אלע קינדער און איידימער פונעם רבי'ן דארפן רעדן דייקא אין וויליאמסבורג.
2) מ'זאל נישט רעדן פון קיין שום הכתרה, ממלא מקום אדער קרוינונג.
3) קיינער זאל נישט אויסרוופן קיינעם רעדן. נאר מ'זאל צוגיין לויט די עלטער.
4) אין פאל פון שבעה זיצן, דארפן אלע קינדער ערלויבט ווערן צו זיצן אין רבינ'ס הויז.
אליעזר קעסטענבוים האט זיך נעכטן שפעט נאכמיטאג אריינגעמישט.
און נאכדעם האט משה געזאגט אז ער איז שוין מסכים, אבער זלמן לייב איז נישט מסכים.
ליפא קרויס האט אבער צוריקגערופן מרדכי ווייס און געזאגט אז
משה פרידמאן איז א שקרן.
זלמן לייב איז יא מסכים. און זלמן לייב ווייל אז ס'זאל זיין שלום, נאר משה זאגט ליגענט.
שאול פערלשטיין האט דערנאך איבערגענומען און געזאגט אז
זלמן לייב איז מסכים, נאר זיין קהל איז נישט מסכים אז דער רב זאל רעדן אין ראדני, נאר אין קרית יואל.
ליפא טייטלבוים האט געזאגט אז ער איז מסכים צו אלעם, בתנאי אז ער וועט אויסרופן ווער ס'זאל רעדן.
פרטים יבואו.