פונעם אויטא?
[אלא מאי, מוז דאך זיין אז דער פאליציאנט איז אן אנטיסעמיט, א ראסיסט וואס האסט א איד, און סרעגט אים אלעמאל אויף און
ער קען ממש נישט פארשטיין...]
2. פארוואס דארפן זיך אלעמאל אנדערע אידן אריין מישן ווען זיי זעהן עפעס גייט פאר מיט א צווייטן איד?
[מוז דאך זיין די סיבה ווייל זיי האלטן זיך צוזאמען און שפירן אז כל ישראל ערבים זה לזה, אבער פון די אנדערע זייט איז דאך דינא
דמלכותא דינא און דרכיה דרכי נועם, איז שווער צו פארשטיין...]
3. פארוואס ווערן די אידעלעך אזוי שנעל צוהיצט און זיי נעמען זיך תיכף הייבן הענט?
[זייער גאנצער ציל איז דאך בלויז צו מאכן א קידוש השם און זיי ווייסן אז "הקול קול יעקב והידים ידי עשו", טא...]
4. פארוואס לאזן זיך מאסן מענטשן ווערן נאכגעשלעפט פון צו-ווילדעוועטע יונגען אן קיין קלארן שכל הישר אדער דעת
תורה?
[און אויב האט מען זיך איינגערעדט אז דאס איז וואס די תורה פארלאנגט אין אזא מצב, דען...]
5. פארוואס האט מען געמאכט א שווארצן רויעך דורך צינדען פייערן אין די גאסען?
[ווייסט מען דען נישט אז מען געפינט זיך צווישן גוים און אז יעדע קלייניגקייט ווערט אויפגעשפילט דורך די פרעסע צו
פארשווארצען דאס אויסזעהן פון פרומע אידן? און אז מען רעדט פון פרומע אידן...]
6. פארוואס יעדעס מאל עס פאסירט עפעס אומרואיג ביי פרומע אידן איז דאס דוקא "חסידישע אידן"?
[קען זיין אז וויבאלד עס ווערט ליידער כסדר באריכטעט וועגן מחלוקת צווישן חסידישע אידן נעמט דער גוי אן אז מחלוקת מיט
חסידים איז היינו הך, נו אויב אזוי, דארף מען זיך דאך מאכן א חשבון הנפש און פרעגן...]
7. פארוואס ווען איין איד ווערט צושלאגן אדער פארשעמט דורך א צווייטן איד זעהט מען נישט הונדערטער מענטשן קומען
פראטעסטירן אדער אויסדריקן זייער ווייטאג?
[נאר וואס דען, אין אזא פאל איז שוין אזוי געווארן אז מען רופט אריין די גויאישע פאליציי (אדער געריכט) אז זיי זאלן קומען
מאכן ארדענונג, און עס שטעלט זיך די פראגע...]
8. פארוואס געשעט דאס אזוי אז היימישע אידן זענען לעצטענ'ס מער מחלל שם שמים ווי מקדש שם שמים?
[ואם תימצי לומר אז אין דעם פאל דא זענען מערסטענ'ס שולדיג יונגע אומערוואקעסענע בחור'לעך וואס האבן נישט דעם קאפ
אויפן פלאץ, דאן דארף מען זיך מתבונן זיין...]
9. פארוואס איז דאס אזוי געווארן אז בין הזמנים איז א זמן מוכן לפורעניות?
[וועסטו מיר ענטפערן אז די רבנים וראשי הישיבות טוען וואס זיי קענען און מען קען נישט אנלייגן אויף זיי דאס גאנצע שולד, איז
דאך ווייטער שווער...]
10. פארוואס וועלן רוב רבנים מער מאריך זיין ביים שבת הגדול דרשה וועגן אינטערנעט מיט סעלפאונס ווי איידער דעם
שרעקליכן ענין פון חילול שם שמים וואס קומט פאר אין אונזערע קרייזן טאג איין טאג אויס?
!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
הערה: אויב נאכן לייענען פאלט אייך איין א מחשבה אין קאפ: מי שמך לאיש - ווער האט דיר געפרעגט? וואס האקסטו א
טשייניק די זיידיאנטשי - ווער ביסטו צו פרעגן קשיות אויף אידישע קינדער?
איז דער תירוץ, אז אין הכי נמי, איך בין א בלויזער שוסטער און איך רעד מיר נישט איין צו זיין בעסער ווי דיר אדער סיי וואספארא
צווייטען איד, נאר את אחי אנכי מבקש, און אז דער באס אויף וואס איך פאר הייבט זיך אן צו וואקלען וועל איך ענדערש פרעגן
אלע רייזענדע אויב איך בין דער איינציגער וואס שפירט אזוי אדער צו יעדער איינער שפירט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג
ווייל אויב נישט -
אויב נישט, קען מען נאך אפשטעלן דעם דרייווער פאר ספידינג, און ווער ווייסט, עס קען זיך נאך ענדיגן מיט ראיאטען
פאליציי....
why was Simcha Felder kicked out of the 66th Pct last night and who did it?