היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » עצות פארן שטימע

עצות פארן שטימע

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1869336

cano » 5/4/2006 03:28

אזוי וואו מען פאנגט שוין באלד אן ציילען ספירה, וואו יגרל האט שוין דערמאנט, אין וואו באקאנט ביי די קהילות וואס זענען זיך נוהג צי זאגען לשם יחוד פאר א מצוה,
אז דער העכסטע זאך וואס אידען שרייען מיט א ברען אלע אינאיינעם אויפן העכסטען קול וואס נאר שייך, איז דער לשם יחוד פאר ספירה, וויל איך בעטען דעם עולם דא מען זאל שרייבען א פאר עצות, זאכען וואס העלפען פארען שטימע,


אגב מיין שכן ביים דאווענען, פלעגט א יעדעס יאר אויסשרייען לשם יחוד, גלייך נאך דעם וואס דער חזן פלעגט אויסלאזען ושמו אחד, נאך פאר די חיובים פלעגען זאגען קדיש יתים, פאר א יאר האב איך אים דערמאנט, גלייך ווען ער האט נאך געהאלטען אינמיטען אריין ציען די אטעם, אין ער האט זיך שטארק באדאנקט פאר מיר, אבער וואו א זוי זאגט דער וועלט, א איד גיבט זיך אן עצה,
דער איד פינעף בענק אינטער מיר וואס איז נעבעך נתייתים געווארען סוף אדר, זאגט נאך קדיש פין א סידור, זאגט פאר וחיים טובים עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן, אין דער שכן זאגט/שרייט נאך מיט א ברען אמן...לשם יוחיד