היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רבנות מתיר גיורת פאר כהן! נאך דרוק פון ראש הממשלה!

רבנות מתיר גיורת פאר כהן! נאך דרוק פון ראש הממשלה!

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1868722

מבקש_האמת » 4/4/2006 16:57

אין א פרשה וואס וואלט אמאל אויפגעשטורעמט א וועלט, און וואס צייגט ווידער אמאל די ווייטע אויגן פון אונזערע הייליגע רבי'ס פון פריערדיגן דור, וואס מאנכע ווילן נאך היינט נישט אנערקענען, האט די רבנות הראשית אין שפיץ פון הרב שלמה עמאר מתיר געווען פאר א כהן חתונה צו האבן מיט א גיורת, א זאך וואס איז אסור על פי הלכה!

דאס איז שוין דארט וואו די זעלבע רבנות האט זיי נישט געלאזט חתונה האבן, אבער נאך וואס א געוויסער אפיקורס האט אויסגעאיבט דרוק אויפן ראש הממשלה אולמערט, וואס האט געלייגט דרוק אויף די רבנות הראשית, האבן זיי צוריקגעצויגן זייער פסק און מתיר געווען פאר די צוויי חתונה צו האבן.

דעם תירוץ וואס זיי האבן גענוצט איז געווען אז "בשעת הדחק" קען מען זיי מתיר זיין חתונה צו האבן.

דער פראבלעם איז נאר, אז קיינער האט נישט קיין אנונג פארוואס דא הייסט א "שעת הדחק", אויסער אויב עס מיינט צו זאגן אז די ממשלה האט דוחק געווען די רבנות.

מבקש_האמת » 4/4/2006 16:59

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/item.asp?id=1290&cat_id=1 

פארגעסן צו באצייכענען, אז דאס וואס די פרשה שטורעמט שוין היינט נישט די וועלט, צייגט אויפן שטאנד וואס די רבנות טראגט היינט ביים ציבור...