היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » *** ערב פסח בולעטין ***

*** ערב פסח בולעטין ***

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1867592

יאנאש » 3/4/2006 19:49

ביים געהויבענעם צוזאמענטרעף, האט דער דייען געבעטן יאנאש'ן דאס אויפצוהענגן פערזעהנליך.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 3/4/2006 19:51

אוישששששששששש


די רגע האב איך עס געוואלט לייגן.

שוין נו.

מוראדיק » 5/4/2006 04:04

איך קען נישט פארשטיי אינגליש, עמעצן קען איברזעצן אויף אידיש???

קרעמער » 5/4/2006 07:47

אכטונג פרויען:

שטויב איז נישט קיין חמץ, און די מענער זענען נישט קיין קרבן פסח.

די וועד פאר שלום בית

משנה_למלך » 6/4/2006 06:16

עס ווערט דערציילט אויףאיינעם פון די ירושלימ'ע רבנים, דוכט זיך ר' שלום שוואדראן זצ"ל,
אז ער איז ארינגעקומען אין ביהמ"ד אייניגע טעג בעפאר פסח, וואו יונגעלייט זענען געזעצן און געלערנט, ער האט אנגעהויבן מיט זיין אייגנארטיגן דרך צו שאפן די נויטיגע הילף פאר די אומבאהאלפענע, רבותי ..! עס איז דא א פרוי א צובראכענע מאמע פון קליינע קינדער, זי מוטשעט זיך זייער צו אוועקרוימען איר שטוב פון חמץ, ווער וויל גיין העלפן מסדר זיין ?
עס איז תיכף געווארן א טומל, אייניגע אינגעלייט האבן אפגעשמועסט צו גיין נאכמיטאג, מאנכע האבן זיך אנגעטראגן צו גיין שוין יעצט אינמיטן לערנען.

דאן רופט זיך אן ר' שלום : זייט וויסן , אז די פרוי האט יעדער ביי זיך אין שטוב !!....
פארמאכט די גמרא און גייט אלע אהיים העלפן די ווייבער וואס צורייסן זיך פאר יו"ט ..........