היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווי קען מען כאפן דעם שטן?

ווי קען מען כאפן דעם שטן?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1866762

Baachi » 3/4/2006 08:00

דעם שב"ק האב איך געזעהן הענגען צווישן די מודעות זעהר א שיין בילד
 אבילד פון דעם אלטן בחור.
דאס איז דאך אונזער אלעמען באקאנטן בעל דבר אליינס.

א קלאהר בילד פון דעם גאנצן פרצוף פנים עם החוטם.
ער טראגט קליינע הערנערלעך ווי א פרה אדומה, א שפיציג קאזע בערדל ווי אונזער שמש, און א צוגעפוצט שנאצעללע, אזוי ווי א היינטיג ניי פריטצל בשעת ער פארט קיין האנג קאנג.
 
די מודעה האט פארציילט ווי אזוי ער איז אריין אין אנייע ביזנעס און פארקויפט עפעס "בענדס" אדער "העדבענדס" וואס אליבא דעם מפיץ פון די מודעה האט דאס געדארפט זיין איין אנדערע דיזיין, ברייטער אדער לענגער, איך האב נישט פוקטליך געכאפט, איך בין מיך נישט נוהג צו קוקען אויף בגדי נשים שלש סעודות צייט. מיין זוגתי הארכט מיך מיילא ווי דאס פאריעריגע.

אבער וואס ס'האט מיך אנגעכאפט?
 אויף די מודעה איז געוועהן דאס בילד פון אונזער יצר'ל, וואס זאל איל אייך זאגן רבותי. ער האט אויס געקוקט ב--י--ו--ט--י--פ--ו--ל. פאר זיינע יאהר? ממש ווי אינגערמאן.

כ'דענק פארא יאהר אין די צייט האב די אנטי אינטערנעט גבורים אויך ארויף געשטעלט א  פיקטשור פון דעם אלטן בעטשלער, איז ער געוועהן צוויי מאהל אזוי דיק, און אויס געזעהן אסאך עלטער.

אין איין יאהר האט ער פארלוירן אזוי פיהל וואג? ווי אזוי? איך מוטשע זיך שוין יאהר לאנג און איך בין נאר מוסיף והולך, און דער מאכיל נבלות וטרפות זעהן דאך אויס ווי א מיליאן!

נישט אז איך פארגין איהם נישט, איך וויל פשוט וויסן וועלכן דייעט ער נוצט?

ווער האט היינט זיין נאמבער? ווער איז נאנטע קאנעקשענס  מיט איהם?

וועד משמרת הצניעות העולמי?
וועד החינוך העולמי?
וועד לשמירת שבת העולמי?

זיי האבן אלע נאר פאסט קעסטלעך, איך דארף א לעבעדיגן קאנטאקט.

ווער האט איהם ביי וויידל? ( דארט איז געווען א בילד פון דעם זנב אויך)


נ"ב צו מיר רעדט ער אויך דער פארשוין זעהר היבש , אבער אזוי ווי איך הייב אהן צופרעגן  קשיות וועט ער פארשוואנדן.
די זאך קענער זאגן אז ער האט קיינמאהל נישט ליעב געהאט די וואס פרעגן צופיעל קשיות 


 

כורמיזא » 3/4/2006 12:55

[בילד – נישט אפגעהיט]
ביטע לייג א בילד מיר זאלען אים קענען דערקענען.
מסתמא קומט ער קיין ארץ ישראל אויף פסח, אזוי ווי אלע עסקנים וואס זענען עוסק אין ביעור חמץ קומען קיין ארץ ישראל...

oldpop254 » 3/4/2006 17:21

he put his own picture on the posters you can find him in his lair but when he walks the street he wears beutiful white stockiings and a wide gartel and he never looks into his heart to see his own sins only sombody elses especially the women the maclokes that he creates in shul and the bizyones that he spreads on people that is his mitzvas

dont worry his day is coming
ask his wife and childern you will hear what is behind all this[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 3/4/2006 17:45

פון וועם רעדט מען דא?
איך האב נאכנישט געכאפט די דזשאק

לאוולי » 3/4/2006 18:15

מעכטיג. איך פרינט שוין ארויס דעם שטיקל און עס מיטקלעבן לעבן דעם שטן'ס מודעות, אפשר וועט זיםך איינער מעלדן.

דיפלאמאט » 7/4/2006 00:56

די ישראלים כאפן נישט פון וואס מען רעדט דא.

איינער האט מיר אריינגערוקט דעם שטן אין אימעיל אויף א pdf file ווי אזוי קען מען אים אהערשלעפן דא אויפן פארק?