היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » מוריד הטל - ותן ברכה

מוריד הטל - ותן ברכה

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1866002

3x0 » 2/4/2006 18:23

אזוי ווי עס דערנענטערט זיך שוין די טאג וואס מען גייט אנפאנגען צו זאגען מוריד הטל און ותן ברכה, און געווענליך האב איך פראבלעימאן מיט די זאכן, איך פארגעס, אדער איך געדענק נישט צו איך האב יא געזאגט צו נישט.
 
וויל איך דא אנפרעגן אינזערע חכמים צו איך קען שוין אנפאנגען מיך צוצוגעוויינען, פארשטייט זיך אז נישט ביי די שמונה עשרה, נאר ווען איך וועל האבן אביסל צייט וועל איך זאגן די דאזיגע ווערטער.

 מחיה מתים אתה רב להושיע מוריד הטל מכלכל חיים בחסד.
 
און אזוי נאכאמאל און נאכאמאל, און איך האף אז ווען צען וועט עס שוין דארפן זאגן וועל איך שוין זיין צוגעווינט.

וואס זאגט דער עולם צו מיין פלאן?

יגרסהדותא » 2/4/2006 18:25

פארוואס נישט?

דרך אגב, קענסט שוין אויך אנפאנגן צו חזר'ן: ביום ההוא יהיה ד' אחד ושמו אחד, לשם יחוד וכו' (ספירה).

קרעמער » 2/4/2006 19:48

צוערשט געוויין זיך איין נישט ארויסצולויפן פון שוהל ביי עיכאדטשמויעיכאד, ווייל מען ברויך הערן די ליינען פונעם נשיא.

וואס? דו האסט בכלל נישט געוואוסט אז מען ליינט נשיא נאכן דאווענען אין חודש ניסן?...

3x0 » 2/4/2006 19:52

יגר,

ישר כח פאר עצה.


קרעמער,

(איך מיין אז) די ווייסט נישט ווי גיט די האסט מיר גענטפערט.

ווייסבעסער » 7/4/2006 19:44

ווען זאגט מען טל די טווייטע טאג יו''ט אדער אחרון של פסח

קרעמער » 7/4/2006 22:29

ביין אונז אין דערפל פירט מען זיך דעם ערשטן טאג יום טוב צו בענטשן טל ביי מוסף.