נעכטן אינמיטן ש"ס זענען גערע חברה אריין אין סאטמאר ביהמ"ד אין בית שמש און איבערגעדרייט די ביהמ"ד, אויך האבן זיי געגאסן פיש סאלאט אויף הגה"צ ר' יהושע ראזענבערגער.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1864740גייטס אריין אין די אויבנדערמאנטע לינק
יזדעזו עולם ומלואה!!!!!!!!!!
א מאסן דעמאנסטראציע אין די קומענדיגע טעג אין אמעריקא............
פרטים יבואו!!!!!!!!!!!!!
אויסגעשאסענע פענסטער
[בילד – נישט אפגעהיט]
די שול נאכן פאגרא
[בילד – נישט אפגעהיט]
וויפיל מענטשן קען מען מיט דעם הארגענען?
[בילד – נישט אפגעהיט]
איין שטריימעל פאר מיך?
[בילד – נישט אפגעהיט]
וויפיל קאסט עס?
[בילד – נישט אפגעהיט]
א יונגעל אויפן באנק
[בילד – נישט אפגעהיט]
די בילדער דערמאנען פון די נאציס.
שעמט אייך גערער נאציס!
פארוואס האבן זיי עס געטוהן?
איך ווייס באמת נישט פינטקליך וואס האט די גורער ארויסגעטראגן פון די כלים. אויב אבער איז עס געווען א פאשקוויל קעגן זייער רבי'ן, וויל זיך פארשטיין וואס האט רבי יושע ראשענבערג און די קינדער חוטא געווען?
אלא וואס, די קאצק-אפשטאמיגע חסידים האבן געוואלט דעמאנסטרירן "כוח"? וויל זיך פארשטיין די חכמה פון ווייזן דעם שוואכערן אז דער שטארקערער קען אים שלאגן?
און בעיקר זעט אויס אז לפום רהטות חריפתם האבן די כריסי גור פארגעסן אז אין אמעריקע זענען די סאטמארער די "שטארקע". פארשטייען זיי טאקע נישט אז די זעלבע סיבה וואס זיי האבן געהאט אין בית שמש האבן די סאטמארער אין בארא פארק?
ברוך הבא מענטשאלע!
ברוכים הבאים בצל קורותינו.
ס'וואלט טאקע געווען א שיינע זאך ווען סאטמאר בארא פארק מאכט א וויזשיט צו גער דאהי.
אפשר ווייסט איינער וואס אין סטמאר וואלט מען געטוהן אויב פון עפעס א קליין שול'עכעל אין שטאט ווארפט מען אויס פאשקעווילען קעגן רבינו זי"ע אדער קעגן רבינו שליט"א???!!
וואס זענען זיי אזוי שאקירט ווען דער ראש הקנאים אין די שטאט וואס האט געהאלטען באמבאסטישע דרשות קעגן דעם צווי פון זייער רבי'ן - וויל נישט הייסען פאר זיינע זשלובאקעס אויפהערן ווארפען פאשקעווילען אויף זייער רבי'ן.
האט מען נישט גערופען פראטעסטען אנטקעגן הרב שטיינמאן - אריינצושרייען אין זיינע דרשות הגם ער איז נישט געקומען צו דיר און נישט געטשטעפעט מיט דיר?
האט מען נישט געשלאגען רבי'ס וואס זענען געקומען צו די חתונה פון זייער אייניקעל - אהן טשעפען מיט דיר?
איך זעה אז דער בעלזא'ער רבי האט איינמאל גערעדט קעגן דיר, וואס האט איר געטוהן פארדעם??!!
נישט אז עס איז תורה'דיג בארעכטיגט וואס זיי האבען דארט געטוהן!! אבער וואס איז דער שאק אזוי גרויס?
פארוואס יזדעזע תבל ומלואה אויב איינער האט ענדליך גערעדט דיין שפראך??
איך ווארט נאך אויפן איד דער וואך. עס וועט זיכער זיין חתימות פון דייני אנ"ש מען זאל קובע זיין א יום תפלה פארן בזיון ביהמ"ד און פארען עלבון התורה.
דער אינגעל אויפען באנק קוקט אויס אין זייער א גוטע קאנדישען - רעדי פאר א שידוך!
זיין קאליר איז גארנישט אזוי שלעכט - די מטה הסברה האט אים געמוזט באצאלען זיך אויסצושטרעקען אויפען באנק!!
קערי, איך וואלט דיר געענטפערט, אבער איך פיר מיך נישט צו רעדן צו פערדן, וועגן דעם וועל איך מיך האלטן די מויל שטיל.
ווארהייט:
אם לא למעני עשה למען די אנדערע אידען אין פארק.
און אויב די האסט נישט וואס צו זאגען?
איז אויך גארנישט געשעהן.
קערי.
אביסל פאקטן, אויב דו האסט א פראבלעם מיט זיי, קען איך דיר נישט העלפן.
- איין משוגענער האט געווארפן פאשקעווילן, די גערער זענען געווען ביי ר' יושע ראזענבערגער פרייטיג און ער האט זיי געזאגט דעם נאמען, און ער האט זיי קלאר געזאגט אז זיי קענען טון מיט יענעם וואס זיי ווילן.
- אין סאטמאר האט מען קיינמאל נישט געשלאגן קיין בעלזער, די קנאים אין ירושלים האבן נאר צוריקגעשלאגן די בעלזער טעראריסטן, ווער עס קען בעלז, אדער היסטאריע, וועט קלאר מודה זיין אז איך בין גערעכט.
- אין סאטמאר איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז מען זאל אריינגיין אין א פרעמדע ביהמ"ד און דארט שלאגן איינעם וואס האלט אנדערש ווי מיר.
- עס איז יא מערערע מאל פארגעקומען צוזאמענשטויסן אין וויליאמסבורג קעגן אזוינע וואס האבן גערעדט מיאוס אקעגן מרן רביה"ק, און איך וואלט דיר געראטן אז דו זאלסט ארויסנעמען די פאשקעווילן וואס זענען דאן ארויסגעקומען, און עס יעצט איבערדרוקן בשינוי שם...
בא ללמד
איך ווייס אז פאר ר' אהרן האט מען אמאל אראפגעווארפען דעם שטריימעל טאקע אין ביהמ"ד ראדני.
צו ביזטו שוין געווען געבוירען ווען מען האט געמאכט א פאגראם אויף בעלזא'ער ביהמ"ד אויף ראס סט.?
וואס וואלט געווען אויב וואלט דער בעלזא'ער רב דארט געווען? וואלט מען צו אים גערעדט דברי כבושין?
אין מאנרא איז קיינמאל נאכנישט געווען חילול ביהמ"ד?
שמחת תורה איז נישט געווען קיין חילול ביהמ"ד??
האט עטץ נישט שיעור געהארגעט דעם ארטיגען רב - אלמלא ער אנטלויפט דורך א אונטער טיר??
די האלטסט טאקע אז ענקער אופן פון קומיוניקאציע מיט אנדערע איז מיט א איינזאמקייט וואס מען האט נאכנישט גזעהן זיין גלייכען?
אויב איז ביי דיר מותר אלעס ווייל יענער גייט צו בחירות -דארפסטו פארשטיין אויב דער גערע האט זיך מתיר געווען ווייל די שטערסט זיינע בחירות...
וואס זענט איר אזוי דערשיטערט דאס איז מיין גאנצע פראגע.
נישט אז איך האלט אז דעס וואס די גערע האבען געטוהן איז מותר ע"פ תורה.
קערי,
איך בין נישט קיין "אינטערנאציאנאליסט" און טראג נישט די וועלטס דאגות. מען רעדט פון יעצט, און די גערער כרסים האבן יעצט, דא געשלאגן אומשולדיגע מענטשן.
אלס א נ"ב וויל איך נאר אנמערקן, אז סאטמאר פלעגט דורכפירן ווילדע זאכן אפילו ווען ער איז נאכנישט געווען פון די גרעסטע חסידות'ער - ווייל דאס איז געווען די "קולטור" וואס האט שטענדיג געהערשט אין דעם דאזיגן קנאות-געטריבענעם קרייז. איך בין נייגעריג צי זייענדיג א פיצעלע חסידות'ל וואלטן די גערער חריפים אויך געטיילט פעטש.
תוקן על ידי - menchele - 05/04/2006 21:29:18