אין קאווע שטיבל
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1863756
איך טראכט שויך היבש לאנג פון די איידיע, און יעצט אזוי ווי אינדערהיים איז דא היבש ארבעט און פון צייט צו צייט שאדט נישט זיך אויסצולופטערן, עפן איך דעם אשכול קודם מיט א דעבאטע צו דער עולם האלט דערפון.
דער ציל פון דעם אשכול איז, אזוי ווי א שמועס און קאווע שטיבל. מקווה . היכל התורה . א.א.וו. ווען איינער האט אפאר איבעריגע מינוט, אדער וויל זיך סתם אזוי אויסלופטערן קען אריין קומען אין שטיבל, כאפן א קוק מי ומי ההולכים און מאכן א שמועס פון עני טינג און עוורי טינג אמאל א נייעס אמאל פאליטיק, דאס איז נישט געבינדן צו קיין איין אנדערן אשכול, אדרבא מ'קען דא אויך שמועסן פון א אשכול וואס מ'האט געזען אויף היידפארק און קאמענטירן דערויף א.ד.ג.
דער סיסטעם אין דעם אשכול וועט זיין אז :
א שמועס האלט אן נאר אזוי לאנג ווי די ארגינעלע שמועסער זענען דא ווען זיי גייען ענדיגט זיך דער שמועס
מ'קומט אריין אין שטיבל און מ'פרעגט איינער איז דא ? און מ'ווארט צו הערן אויב איינער ענפערט
מ'שמועסט ווי לאנג מ'וויל ( ווען איינער איז נישט נייגעריג, מיז ער זיך נישט צושטעלן ) און ווען מ'ענדיגט זאגט מען אזוי ווי געווענליך, אוי איך יאג מיך זייער . אדער אקעי זיי געזונט מיר וועלן נאך רעדן . און דער שמועס איז פארטיג ווען איינער פון די שמועסער בלייבט אליין.
און יעצט לאמיר הערן פונעם חשוב'ן עולם צו מ'האלט דערפון , צו ס'קען זיך אויסארבעטן ? און אויך הערות אדער פארלאנגען וואס די שמועסער דא וועלן זיך צו דעם דארפן צושטעלן
נו רבותי לאזט זיך הערן ,וואס זאגט איר דערצו?
ס'איז א גוטע איידיע, דער פראבלעם איז נאר אז דו האסט עס אנגעטראגן אין א פרייטאג, ווען ס'זענען דא ווייניג מענטשן אויף היידפארק.
ווער איז נאך דא יעצט
וואס טוט זיך
א גוטן אלעס אמת
איך בין יעצט דא
אבער שנעל איך יאג מיך
איך זיך אלעס אמת
ער זאגט אז ער קען יא זען גוגל
פרעג איך אים צו ער קען עס דאונלאודן און ארויפלייגן אויף רעפידשער
איך האב אנגעצויגן מיט א דיילאפ קאענעקשאן ביז 35 MB און איך לייג עס יעצט ארויף
אויב דו קענסט לייג די איבעריגע
א גיטן פאטאקי
איך קען עס נישט לייגן ווייל ס'איז 233Mb
זיי א נארמאלע מענטש און געב א קלינג אן Jnet און אלע צרות וועלן זיך ענדיגן
מאנרא
איך בין אויך זייער פאריגט ס'איז פרייטאג פאר פסח אינז וועלן רעדן נאך שבת אי"ה
קודם JNET איז יעצט פארשפארט
אויב דו האסט עס שוין אין דיין קאמפ. קען איך דיר צושטעלן א סלייסער אויב די ווילסט
די קענסט עס סלייסן אזוי אז עס זאל אויסקומען נאך 35 MB און לייג צו נאך א שטיקל
ווילסט?
ס' מאכט נישט קיין סענדז אז ס'איז 233 MB
איך האב עס ביז 3.25 מינוט איז עס נאר 35 MB
די גאנצע איז נאר 8.50 מינוט
ניין איך האב נישט קיין צייט
און אויב איך מעג פרעגן איך זעה אז די האסט עס שוין און דיין קאמפיטער ווי אזוי האסטו עס געשאפט??
איך האב דיר שוין פריער געזאגט איך האב עס דאונלאודעד
מיט א דייל אפ איבער א שעה האט ער אנגעצויגן ביז 35 MB
א גוט שבת
א גוט מארגן
נו וואס טוט זיך?
ס'איז שוין 12:00 נישט 11:00
האט איר געוויסט אז:
פון נעקסט יאר גייט מען ריקן דעם זייגער, ווינטער, א וואך שפעטער, (דעם ערשטן זונטאג אין נאוועמבער), און זומער, מיט דריי וואכן פריער, (דעם צווייטן זונטאג אין מארטש), דאס הייסט אז תשס"ז וועט מען בעזהשי"ת ריקן דעם זייגער כ"א אדר, און תשס"ח וועט מען ריקן דעם זייגער ב' לחודש אדר ב', און מען וועט אי"ה האבן א לענגערן פורים וואס וועט אויספאלן עש"ק פרשת צו, (פורים המשולש).
לאמיר נעמען א קאווע
איז דא איינער מיט וועם מ'קען שטיין אין ווארט ?
אויב יא א גיטן טאג , וואס איז נייעס ?
ברענג ארויף עפעס א טאפיק
איך האב נאר אפאר מינוט
וואס טוט זיך?
קוק ווי ליכטיג ס'איז נאך, און ס'איז שוין 6:00 אזייגער.
ברוך דיין האמת
הרה"ח ר' יושע ניישטאדט ע"ה
פורים האט ער געהאט זיין ערשטע אור אייניקל'ס חתונה
די חתן איז זיין אייניקל און די כלה זיין אור אייניקל
ווייסט איינער ווי אלט ער איז געווען?
ווער האט יעצט נויבארג עגג?
לוי'ה געווען נעכטן מוצאי אין פראנט פון ביהמד הגדול אין ק"י
מען האט נישט געהאלטן קיין הספדים צוליב חודש ניסן
מאנרא
קויפמאן קעיטערט נישט דעי יאר?
איך מיין אז יא
שימחי יא?
און וואס איז מיט נאכטמאל?
ווער איז בעסער שמחי צו קויפמאן?
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 03/04/2006 1:48:41שאמועל עפנט יא.
זענען ביידע גוט.
איך דארף לויפן דאווענען מנחה
די רב קומט שוין אריין איך דארף כאפן א גוטן פלאץ אויף די ברענטשעס
א גוטן
פאטאקי08
די שטייסט נאך אויף בארענטשעס?
האסט געהערט אז ס'האט זיך געעפנט א פליישיגע טעיק אוט אין מאנרא?
אינדערהיים איז שוין נישטא קיין קאווע אלעס איז שוין פסח'דיג,
מוז איך קומען טרונקען אין פארק.
וואס איז נייעס?
אלף וועלכע פליישיגע טעיק אוט?
פעדער האט געעפנט אויף ZENTA 15
וועלכע פעדער?
איך האב נישט געזען גארנישט אדווערטייזט
מאנרא יא איך שטיי נאך אויף די פארענטשעס גראדע נעבן מיר אויף די פיפטע סטעפ
איז געווען א איד מיט א ווייסע בארד א מלמד
א סטעפ אונטער דעם איז געווען א חשובער איד א מרביץ תורה שוין יארן האט שוין גאר גרויסע
אייניקלעך
וואטס דע שעם?
אפשר בין איך געשטאנען לעבן דיר?
זלמן פעדער
ס'איז געווען עדווערטייזט אין בולעטין.
איך הער אז ער מאכט דעלישעס עסן.
איז איינער דא יעצט?
איך דארף קאמפאני ווילאנג איך טרינק מיין קאווע,
גיס מיך נישט אן, און שפיי נישט בשעת'ן טרינקן, לאמיר שמועסן ווי צוויי נארמאלע מענטשן, אויב דו ווייסט וואס דאס מיינט.
האסט געזעהן אין די הגדה "ברך משה" ביי "והוא שעמדה" וואס דער רבי זאגט? דער רבי טייטשט איין בחינה, און זאגט דערנאך "ובני היקר מוה"ר אהרן" האט מוסיף געווען עפ"י דעם טייטש פונעם בעש"ט און פון ר"ר בער אויפן פסוק א-ל נקמות ד', און מיט דעם האט דער רב געזאגט ואחרי כן יצאו וכו' "והוא" שעמדה, און אויף דעם ציהט דער רבי ווייטער זיין תורה.
זיסע צייטן געווען ביי די סדרים.
לאמיר דא כאפן דעם מנין, איך וועל הערן קודם די נשיא און נאכדעם דאווענען, ס'איז א פראבעלעם? מסתמא נישט.
איך גיי נעמען א קאווע
איך קום שוין צוריק.
פערד
איך זעה אז די ביסט נאך אויף,
אפשר קומסטו אריין אין קאווע שטיבעל?
איינער איז דא ?
איך קען דיך נישט זען רעד אביסל העכער
וואס מאכט די רבי?
אה , א גוטן חיים יושע , איך ווארט שוין גאנץ לאנג איינער זאל מיר קיפן קאמפאני אויף אפאר מינוט
און איך האב גראדע אויך געוואלט פרעגן די זעלבע קשיא אן דארפן ארויף ברענגען די אלע אשכולות פון דעם נושא, אז קיינער זאל נישט ווערן אנגעצויגן
סא זע איך אז דו ווייסט אויך נישט איז דא איינער ווער ס'ווייסט יא און איז אויך יעצט דא ?
און אויזער דעם וואס נאך איז נייעס ?
ווי איז דא מילך?
מ'קען שוין צובייסן אביסל קופעלעך מיט ראגעלעך , ס'ליגט און א זייט ( געבאקן נאך פסח תשס"ו )
נישט וועלנדיג עפענען א עקסטערע אשכול , און אזויווי מ'האט און דעם אשכול אביסל ארויפציר גערעדט דערפון וויל איך פרעגן אויב איינער איז דא יעצט און שטיבל ? און אויב יא צו ווייסטו עפעס נייעס מיט דעם יונגערמאן וואלעס פון ירושלים וואס איז געווען ארעסטירט די ערשטע טעג , וואס הערט זיך יעצט מיט אים?