היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » מנהגי ראש חודש

מנהגי ראש חודש

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1862119

Baachi » 30/3/2006 18:11

וויאזוי איז מען זיך נוהג ביי אייך צו קלאפן פאר מוסף

1) וויפיל קלעפ
2) אין באלעמער אדער אין טיש
3) ווער טוט דעם כיבוד
 
   א) דער שמש
   ב) חזן,
   ג)כל הקודם זכה, אזוי ווי ביי תקיעת שופר חודש אלול
   ד)  אלעס קלאפט

סאכדעס » 30/3/2006 18:42

ביי אונז אין דארף קלאפט נאר דער שמש אמאל געווען יאנאש ווער סיווייסט ווער דאס איז, און ער קלאפט פיר קלאפעס אין בעלמער.

דיפלאמאט » 30/3/2006 19:02

וויבאלד מיין רוקן זעט אויס ווי א באלעמער, קנאקט מען אריין דערין כסדר [בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 30/3/2006 21:34

פון וואס רעדסטו, ביי פאר מוסף?

יעלה ויבוא, על הניסים, זכרנו לחיים, מוריד הטל?

Baachi » 30/3/2006 22:19

ניין

פאר יקום פורקן דעהם דריטן!


דו דאוונסט נישט צווישן אידען?
ביי דיר באכעט מען נישט דעם טיש מיט די סידורים בעפאר שטילע שמ"ע?

ליכטיג » 31/3/2006 04:06

עס טוט זיך א געקלאפעכץ

יעדער וואס ענדיגט אויסטון זיין תפילין גיט א קלאפ.

jewboy » 31/3/2006 14:39

סארי, כ'האב נישט געמערקט די נאמען פון אשכול, נאר הערשט יעצט.

יעדער קלאפט געווענליך, ס'טוט זיך א געקלאפעכץ נאך מער ווי ווען מ'זאגט אין די מגילה המן'ען

א גוט שבת