היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יונגערמאן אין קרית יואל ריינגעוואשן! שטוינענדע מפלה פאר רשעי...

יונגערמאן אין קרית יואל ריינגעוואשן! שטוינענדע מפלה פאר רשעי...

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1861262

faird » 29/3/2006 22:31

יונגערמאן אין קרית יואל ריינגעוואשן! שטוינענדע מפלה פאר רשעי עמינו
ברעיקינג ניוס:

אין די מינוטן קומט די פרייליכע בשורה אז דאס געריכט האט ריינגעוואשן א יונגערמאן אין קרית יואל וואס איז אנגעקלאגט געווארן מיט איינע פון די ערגסטע קלאגעס, וואס האט געקענט ברענגען דעם יונגערמאן יארן אין תפיסה.

ליידער ליידער איז דאס געטאן געווארן דורך נישט קיין אנדערע ווי רשעי עמינו, אידן מיט בארד אין פיאות, וועלכע האבן מיט אזא הארצלאזיגקייט באשלאסן צו צוברעכן דעם שטוב פון דעם יונגערמאן, אן קיין שום סיבה, נאר צוליב רשעות.

דער ריכטער האט דערקלערט אז די גאנצע געשיכטע איז נישט מער ווי א בלוט בלבול וואס איז אויסגעטראכט געווארן דורך א געוויסע מיסיס מ.

פרטים יבואו.

מקוה_איד » 29/3/2006 22:42

ברענגנייעס

הודו לה' כי טוב, כי לעולם חסדו

אט די ווערטער קומט ווי פון זיך אליין ארויף, הערנדיג אז די עלילות שוא ושקר, פון געציילטע
פארשוינען, וואס האבן זיך פארלייגט אויף א חשובן אינגערמאן פון קרית יואל, אן אייגענשטעלטער
אין די מתיבתא אין קרית יואל, איז צופאלן

די 'ארדער אוו פראטעקשאן' קעגן דעם טייערן אינגערמאן איז אראפגענומען געווארן, נאכדעם וואס
דער ריכטער האט דערקלערט אז ביזדערווייל זעהט ער דא גארנישט, אויף וואס עס זאל זיין א ארדער
אוו פראטעקשאן

און מיט השי"ת הילף וועט די איבעריגע קלאגע אינגאנצן צופאלן בקרוב ממש

faird » 29/3/2006 22:48

והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם

טרערן פון פרייד גיסן זיך פון הונדערטער אידן וואס האבן געבלוטיגט אינאיינעם מיט דעם יונגערמאן, א קעכער בישיבתנו הק'.

דער ריכטער האט היינט אראפגענומען די "ארדער אף פראטעקשאן" און געזאגט אז דער טאטע מעג זען זיינע קינדער. ער האט געזאגט אז די געמיינע בלוט בלבול האט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס. עס איז נישטא קיין שום עווידענס, און די גאנצע מעשה איז אויסגעטראכט פון אנפאנג ביז צום סוף.

דער טאטע וואס האט נישט געקענט זאגן לשנה טובה פאר זיינע אייגענע בלוט און פלייש.

דער טאטע וואס האט נישט געהאט די זכי' אפצושערן זיין אייגן יונגל.

דער טאטע וואס האט נישט געקענט גלעטן זיינע קינדערלעך פאר זיי גייען שלאפן.

דער טאטע וואס האט נישט געקענט גריסן זיינע קינדער ווען ער האט זיי געזען אין גאס.

דער טאטע וואס איז געווען דער איינציגסטער נארמאלער נאנטער מענטש וואס די קינדער האבן געהאט.

דער טאטע וואס האט געשפיגן בלוט, ווען זיין שוואגער האט געברענגט זיין קינד, זיין בלוט און פלייש, אין בית המדרש כדי זיך צו רייצן מיט אים, און האט אראפגעזעצט דעם אינגל אויפ'ן טאטנס פלאץ, אז דער טאטע זאל מוזן ארויסגיין פון בית המדרש.

דער טאטע וועט יעצט קענען זען זיינע קינדער, ער וועט זיי קענען "אויפהייבן", ער וועט זיי מעגן "גלעטן", ער וועט זיי אפילו מעגן געבן א "קניפ אין בעקל". און נישט דארפן מורא האבן אז די אידישע פרעה'ס און המנ'ס בדורינו וועלן אויסטראכטן אויף אים ביטערע גזירות.

תוקן על ידי - כל_העולם - 29/03/2006 22:52:47

מקוה_איד » 29/3/2006 22:50

איך בין נישט באקאנט מיט די מעשה, איך האב נישט קיין השגה ווער דער אינגערמאן איז, פון וואס דא רעדט זיך, איך בעט מיינע קאלעגע שותפים מנהלים, אויב איר זענט יא באקאנט דערין, זייטס מחליט אויב עס באלאנגט אויף הייד-פארק.

איך וויל נישט נעמען קיין חלק אין באשמוצן פריוואטע יחידים.

מנחה » 29/3/2006 23:04

לעבן פאר יענקי שטוהל!!!!!!

זאל די וועלט זעהן ווער זענען די ריכטיגע עסקנים לש''ש

ובשם ה' נעשה ונצליח.....


יחי המלך!!!

עכטע_נייעס » 29/3/2006 23:11

מקוה איד

איך וואלט דיר געזאגט אז די זאלסט לאזן די מעשה דא

ווייל די זאלי'ס פארקויפן מיט די מעשה א שקר שמיץ אויפן רב שליט"א וואס הייבט זיך נישט אן ווער עס גלייבט נישט קען פרעגן די יונגערמאן ער איז אן עכטע הייסע ארויני

יעצט די זאלי'ס גיין סייווי רעדן פון די מעשה אויף זייער הייד פארק גייט עס סייווי זיין פאבליק זאל מען חאטשיק אפענפערן זייער שקר

ברענגנייעס » 29/3/2006 23:15

עכטע נייעס 100 פראצענט גערעכט וואס דארף מען מער, אז די באשולדיגונג איז ווייל מרת זילבערשטיין איז פרינציפאל אין מיידל שולע, און זי שטיצט די קלאגע, איז א ראי' לויט די זאלי'ס אז דער רב שליט"א זאל שטיצן די קלאגע איז אויב אזוי, דער פאקט אז דער אינגערמאן ארבעט אין די מתיבתא, און אין די שטח המתיבתא איז נישט קיין גרעסערע ראי' אז דער רב שליט" א שטיצט "נישט" די מעשה

בא_ללמד » 29/3/2006 23:23

האסט ווייזט אויס פארגעסן אז די מתיבתא באלאנגט פאר די זאליס... תוקן על ידי - בא_ללמד - 29/03/2006 23:31:52

יענקעלע11 » 29/3/2006 23:53

איך בין נישט באקאנט מיט די מעשה פון דעם יונגערמאן,
אבער איך בין מיך משתתף מיט הודי' להשם אז דער יונגערמאן איז נשתחרר געווארן פון זיינע צרות און וועט זיך קענען פאראיינען מיט זיינע אייגענע שעפעלעך, און קענען זען נחת פון זיינע קינדער, הודו לה' כי טוב.

אבער מען קען זען די רשעות פון די זאלונים, ווי זיי ברענגען יעצט ארויף די יעצטיגע קעיס,  און גלייכן דאס צו צו די ביטערע פרשה פון מנ"וו, וואס אויב איז דאס דומה צו יענץ, איז ביטער ווי א גאל, ביי יענע פרשה וואס ווער עס האט מיטגעהאלטן ווייסט, אז ווען נישט דער קראשפולער "שווייגן" פון...    וואס איז באמת געווען א מסירת נפש, וואלט ער דאך געגאנגען זיצן פאר א לאנגע צייט,  ווייל דער שופט האט זי שטארק מבזה געווען פאר זיך סותר זיין, און פאר נישט געהעריג ענטפערן אויף זיינע פראגעס, און זי האט דאס מקבל געווען באהבה  נאר כדי נישט צו פארפלעקן און אומגליקליך מאכן א אידיש מיידל פארן גאנצן לעבן, און עם כל זה האט דער שופט געפסק'עט אז דער טאטע טאר נישט זיי אליין מיט זיינע קינדער, און יעצט נאר כדי מבאיש ריח זיין פאר קרית יואל, זענען זיי מדמה די פרשה מיט יענע פרשה,  און ברענגען דאס ארויף.

זיי האבן נישט קיין שמץ רחמנות, נישט אויף דעם יעצטיגן אינגערמאן, און נישט אויף מנ"וו, וואס ארויף ברענגען זיין פרשה ברענגט עם בכלל נישט קיין כבוד, און ס'איז א פרשה שהשתיקה יפה להם. אבער מרשעים יצא רשע,

יענקעלע11 » 30/3/2006 02:06

אאפסססס...
איך האב מעורר געווען חמת הזאלונים, מיין אישי פלאצט שוין פון זייערע גיפטיגע תגובות,
דער ווילי-יונג, איז פשוט צושפילט געווארן אויך חא"ס, ער האט נעבעך געקריגן א נערוון בראך,

יא יא ווילי, ביסט נעבעך זייער גערעכט, אומ-וועלענדיג שרייעסטו אויס וואס עס טיט דיר נעבעך וויי, דאס וואס דיר וויליעדזש מאכט אסאך געלט, און איר דארפט נעבעך שטיין אינדרויסן און זיך צוקיקן מיט די צינג אינדרויסן,

ווילי שרייבט:
אלע די שמוציגע בלבולים האבן איין ציל!!!
עס איז הצד "השווה כסף" שבהן...

אמת, ווילי זיסער, ווען נישט דער כסף שבהן, וואלסטו שוין לאנג שטיל געווען, נאר דער כסף וואס דער וויליעזדש מאכט, טיט דיר זייער וויי, און אז ס'טיט וויי, שרייט מען...

ווילי, נעם דיר אריין אין קאפ, אז א רב בישראל ווען עס איז דא א פירצה, דארף ער ריעקטן, ער האט א תורה'דיקן פליכט, דאס צו הענדלען, א וודאי דארף דאס ווערן געטוהן מיט ישוב הדעת, און שטילערהייט, נישט חלילה גורם זיין א חילול השם, און א ווייטאג פאר די אומשולדיגע משפחה מיטגלידער,

יא, איך מיז מודה זיין אז דער רב שליט"א מיט זיין חשובע רעבעצן הצדיקת תליט"א זענען געווען פארמישט ביי די פריריגע פרשה, (מיר וועלן דאס אזוי אנרופן די מנ"וו פרשה), זיי זענען געווען פארמישט ווייל דאס מיידל איז נעבעך געגאנגען וויינען צו די טיטשער און דערציילט וואס עס גייט פאר, די טיטשער איז געגאנגען צו די מנהלת, און די מנהלת איז געגאנגען צו די רעבעצן פרעגן וואס מען זאל טוהן, (דאס איז דאך נישט מעשים בכל יום) און אזוי זענען זיי געווארן פארמישט, ווייסט איר ווער נאך עס איז געווען פארמישט?, דאס איז ר' אל"ג, ווייסט איר ווער עס האט עם אריין געמישט אין דעם?, ניין, נישט דער רב, נישט די רעבעצן, נישט די מנהלת, און נישט די טיטשער, ניין, עם אריין געמישט האט נישט קיין אנדערער ווי ר' א"ר מיט ר' מ"וו, וואס זענען אגב א נאנטע משפחה צו דעם באטראפענעם, ווייסט איר ווער עס האט אריין געמישט דעם קארט אין די פרשה?, ווידעראמאל ניין,  נישט דער רב, נישט די רעבעצן, נישט די מנהלת, און נישט די טיטשער, ניין, געגאנגען צום DA זענען די דאזיגע צוויי משפחה מיטגלידער ר' א"ר און ר' מ"וו, וויפיל דער רב שליט"א האט זיך צו זיי געבעטן נישט אריין צו מישן דעם DA, האבן זיי דאך בעסער פארשטאנען, ביז, ביז זיי האבן זיך געכאפט, אז מיט פארפלעקן זייער ברודער/שוואגער, פארפלעקן זיי זייער גאנצע אייגענע משפחה, און זיי מאכן אומגליקלעך די קינדער לעולם ועד, דעמאלטס האבן זיי מחליט געוען איבער צודרייען דעם דאטשיג און באשולדיגן דעם רב, די רעבעצען, די מנהלת און די טיטשערס,

איך האב אין מיין באזיץ אלע קארט פאפירן פון די פרשה, און יעדער בר דעת מיט אביסל שכל בקדקדו, זעט דארט ווער עס איז וואס האט נישט געוואלט זאגן פארן קארט וואס עס איז געשען מחמת רחמנות אויף די קינדער, (און טאקע אסאך געליטן פארן נישט וועלן רעדן) און ווער עס איז א... און א... וואס איז א סכנה צו זיין אליין מיט זיינע אייגענע קינדער, כפסקו של הדזשאדזש.

אמת, דאס אויפטרעטן פארן געריכט האט פאר די רעבעצין געמאכט "אזויפיל קאפוויי" כלשונך, אבער דו אין איך און יעדער איינער  ווייסט, אז מיט אפאר ווערטער וואלט זי זיך איינגעשפארט די סאך קאפ-וויי, אויב וואלט זי געווען א צענטל רשע'נטע ווי דו לייגסט איר אראפ, וואלט זי זיך נישט פארשפארט איר מויל, נאר אלעס דערציילט פארן דזשאדזש, און דאן וואלט מנ"וו, זיין משפחה און זיינע קינדערלעך פון איר איבערגענומען דעם גאנצן קאפ-וויי, נאר אונזער רעבעצן די אשת חבר כחבר,  די צדיקת, האט גערן געליטן די קאפ-וויי אבי נישט צו מאכן בזיונות פאר די משפחה, און עטץ רשעים, שפילטס כסדר אויף די פארווייטאגטע פרשה נאר איר צו באשמוצן, כאטשיג באשמוצט ווערט נאר דער פערשוין מיט זיין משפחה.

יא, קענסט ווייטער וויינען וועגן געלט, ווי די שרייבסט:
עס איז דא איין זאך "געלט" צי איז דאס פראגראמען אדער סקול דיסטריקט וכדו' וועט מען פאר דעם טון דאס שמוציגסטע וואס איז פארהאן. הלמאי מען דארף דאך געלט זיך צי שלאגן מיט סאטמאר...

יא מען זעהט וואס דיר שטעכט אזוי שטארק, און אויף דעם קען דיר קיינער נישט העלפן...

ווייטער שרייבסטו אמת:
וויפיל די ארוינים טרייען אראפצינעמען די פלעק פין די מערסט באקאנטע פרשה וועט זיך דאס פאר זיי נישט אויסארבעטן.

די אהרונים, האבן כסדר פרובירט אראפ צונעמען דעם פלעק פון די דאזיגע משפחה, און די רשעי העם, די שונאי רבינו, די שונאי סאטמאר, פאר אייגענע אינטערעסן, האלטן דאס אין איין ארויף ברענגען, אן קיין שום שמץ רחמנות אויף א שיינע נאבעלע משפחה. און וועגן דעם, און נאר וועגן דעם קען זיך דאס נישט אויס ארבייטן.

איר זעהט דער ווילי איז א איש אמת, ער שרייבט נאר דעם אמת:
אויב הרה"ח הקדוש... (כל מי שמוסר נפשו עבור כבוד שמים נקרא קדוש) ר' יוסף וואלדמאן שליט"א קומט צו א חומש סעודה ווי הרה"צ ר' חיים יושע האלבערשטאם שליט"א זיצט ווערט דער מאנסיער רב שליט"א א שגץ...

אמת ויציב, אויב איינער איז מכבד דעם באקאנטן מסור, דעם עוכר ישראל, דעם מסית ומדיח, דעם שייגץ וואס האט געצאפט דאס בלוט פון אונזער הייליגן רבי'ן שליט"א, ער האט עם כסדר נאכגעשריגן אויף די גאס, מיט בזיונות נוראות, און אז עמעצער איז עם מכבד, דאן,  יא, איז ער א שייגעץ, און טאמער איז דער וואס איז מייקר ומכבד דעם מסור, דעם שפל ונבזה, גאר א איידעם ביי אונזער רבי'ן שליט"א, דאן איז ער אסאך אסאך א גרעסערער שייגעץ...

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 30/03/2006 2:16:04

יענקעלע11 » 3/4/2006 22:32

איך לייען אין חא"ס ווי די צוויי (און אפשר גאר איינער) לעקיש מיט ווילי-יונג שרייבן פון עפעס א צירקוס ווי דער נאר וואס פרייגעשפראכענער יונגערמאן האט געטאנצן מיט... מנ"וו, איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת, ווייל פון היסטאריע ווייזט זיך ארויס אז דו דאזיגע פערשוינען האבן א היסטארי פון פאברעצירן מעשיות,

און איך קען נישט גלייבן אז דער רא"י וואס האט נעבעך אזויפיל מיט געמאכט, ווען מען האט עם נעבעך באשולדיגט מיט אזא בלבול, און ב"ה ער איז ריינגעוואשן געווארן, וועט זיך יעצט צושטעלן טאנצן צוזאמען מיט איינעם וואס נתגלה קלונו ברבים, איינער וואס האט ליידער אפגעטוהן מעשים אשר לא יעשו, וואס נארמאלע גויים טוהן נישט, איינער וואס ווען נישט די מסירת נפש פון אידן וואס האבן אפגעשוינט זיין משפחה און זיינע  אומשולדיגע קינדער, האבן מיט מסירת נפש ממש צוריק געהאלטן זייער עדות'שאפט ביים געריכט, וואס איז אגב אריין געטראגן געווארן דורך נישט קיין אנדערער ווי זיינע צוויי נאנסטע משפחה מיטגלידער, און נאר דאס האט עם געראטעוועט פון א זיכערן תפיסה אורטייל, און מיט אזא איינעם זאל ער גיין טאנצן, דאס איז ממש לא יאומן כי יסופר, איך קען נישט דעם רא"י, אבער איך גלייב נישט אז ער זאל זיין אזא בהמה,

תוקן על ידי - כל_העולם - 03/04/2006 23:47:15

faird » 3/4/2006 23:15

עס איז שקר וכזב, דער יונגערמאן ר' אי"ל איז א טייערער יונגערמאן, א גרויסער אהרוני, אן אמת'ער חסיד פון רב שליט"א, און ער טרייסלט זיך אפ פון די אלע שונאי סאטמאר און שטייט ווייט פון זיי כמתחוי קשת.

אלס איינער פון די עסקנים וואס האט געהאט א שייכות מיט די מעשה תיכף פון אנפאנג און האט שטארק ארויסגעהאלפן אין די קעיס, וויל איך דא קלארשטעלן קבל עולם ומלואו אז די שונאי סאטמאר למיניהם האבן אונז גארנישט געהאלפן, זיי האבן נאר שאדן געמאכט פאר די מערכה.

מען וואלט שוין פונלאנג געקענט דעם יונגערמאן ארויסנעמען פון זיין פעקל צרות ווען נישט די רשעים, די שונאי סאטמאר (טאקע די וואס פייערן יעצט זיג) האבן דירעקט אונטערגעשטעלט פיסלעך און געשטערט די מערכה אויף טריט און שריט, אלעס מיט'ן ציל מבזה צו זיין כ"ק הגה"צ דער רב שליט"א.

אין די זעלבע צייט דארף מען אויך אויסדרוקן א גרויסן דאנק פאר'ן רב שליט"א וואס א דאנק אים איז געלונגען צו ראטעווען דעם יונגערמאן פון אסאך גרעסערע צרות. ווען נישט דער רב שליט"א האט זיך געשטעלט אויף די לענג און ברייט צו פארזיכערן אז דער יונגערמאן פארבלייבט מיט זיין דזשאב אלס קעכער בישיבתנו וואלט די קלאפטע מיסיס מ. אויסגעפירט איר רשעות'דיגן פלאן אונטערצוברענגען דעם חשוב'ן יונגערמאן פיזיש און גייסטיש.

דער רב שליט"א האט ביי יעדע געלעגנהייט מחזק געווען דעם יונגערמאן מיט גוטע ווערטער, און אים אנגעוואונטשן אז ער זאל ארויסגיין נקי פון דעם ביטערן בלוט בלבול. דאס אלעס האט שטארק געהאלפן דעם יונגערמאן זיך צו האלטן אונטער די שרעקליכע יסורים וואס ער האט מיטגעמאכט, און איבערצולעבן דעם קאשמאר. תוקן על ידי - FAIRD - 03/04/2006 23:19:55

אלעסאמת » 3/4/2006 23:28

איך האב אים נעכטן געזען ביים תנאים און קרית יואל און איך ווייס דער יונגערמאן איז א פייערדיגע ארויני
לויט די זאליס איז שוין ר שמוען זאב און ר מאיר הירש מיט ר מאיר ווערטהיימער און יענקעלע11 שוין לאנג זאליס

 און יענקעלע איך האלט אז די זאלסט אויסמעקן דעם נאמען פון דעם יונגערמאן אפילו די זאליס און זייער פורום שרייבן זיין נאמען
 דארפסט נישט אלעס נאכטון די נארישע ווילי יונג אויב ווילסטו אים נאכטון דארפסטו אויך אנהייבן מאכן יעדן טאג א מעשה וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן און נאכדעם ווען מוואזט אים דעם אמת זאלסטו זאגן איך האב דעיס געזאגט און דעיס איז יא אמת

פאקטיש » 3/4/2006 23:37

דער אינגערמאן איז אזא זאלי ווי די זאליס זענען חסידים פון רבין שליט"א

faird » 4/4/2006 01:00

איך האב שלעכטע נייעס פאר די זאליס:

מאיר הירש

מאיר ווערטהיימער

ר' שמעון זאב

און דער יונגערמאן

זענען אלע געווען נעכטן ביים תנאים און האבן זיך מיטגעפרייט מיט די גרויסע שמחה פון רב, פון אנפאנג ביז צום סוף.

faird » 4/4/2006 05:27

אין די קומענדיגע טעג וועט פארקומען א הערליכע מסיבה סעודת הודאה, באגלייט מיט א געלט אקציע פאר די קאסטן פונעם געריכט.

די מסיבה ווערט ארגאניזירט דורך היימישע יונגעלייט, חסידים פון רב שליט"א.

עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז קיין איין זאלי האט נישט געוואלט צולייגן א האנט צו העלפן די מסיבה, אפילו מען האט זיי געבעטן צו העלפן. די אלע וואס העלפן דעם יונגערמאן זענען נאר הייסע חסידים פון רב שליט"א.

די עסקנים זענען זייער צופרידן פון די ווארימקייט וואס הערשט ביים היימישן ציבור וואס זוכט "אויפצוטאן" און נישט "אפצוטאן" און מען ערווארט אז די מסיבה וועט געקרוינט ווערן מיט סוקסעס.

faird » 6/4/2006 08:11

ביי די מסיבה כאי"ל תערוג, וואס איז פארגעקומען מיטוואך נאכט, האט מען געזען מי ומי ההולכים.

עס האבן געשטראמט הונדערטער יונגעלייט, אבער כמעט קיינער פון זיי איז נישט געווען א זאלי. 95 פראצענט פון די ציבור וואס האט זיך באטייליגט זענען געווען חסידים פון רבי'ן און פון רב שליט"א.

עס איז געווען א סוקסעס וואס קרית יואל האט נאך קיינמאל נישט געזען ביי א טיי אוונט.

צווישן די אידן וואס זענען געקומען און זיך משתתף געווען איז געווען ר' אלישע האראוויץ און ר' אליעזר ווייס, מראשי הקהלה, און נאך (מארגן וועל איך ארויפלייגן א לענגערע רשימה פון די מכובדי הקהלה וואס האבן זיך משתתף געווען.)

מען האט געקענט זען ווער ס'מיינט אמת'דיג און ווער ס'זוכט נאר אפצוטאן. די זאליס זענען נישט געווען צום געפינען ביי די מסיבה. ווען עס קומט צו געבן געלט איז קיינער פון זיי נישטא.

ווי יעדער ווייסט איז דער ביטערער בלוט בלבול אויסגעטראכט געווארן דורך א גרופע רשעים, זאלונים צוזאמען מיט אהרונים, וואס האבן עס געטאן מיט איין איינציגן ציל, רשעות לשם רשעות, כדי צו צווינגען דעם יונגערמאן מוותר צו זיין אויף זיינע קינדער אז זיי זאלן בלייבן נאר ברשות אשתו. בשעת מעשה האבן די זאליס זיך ארומגעדרייט און באשמוצט דעם רב אז אין זיין ישיבה ארבעט א קעכער וואס מען זאגט אויף אים געפערליכע זאכן, כאטש זיי אליינס האבן קלאר געוואוסט, פונקט ווי יעדער איינער, אז עס איז א געמיינער בלבול און בלויז געצילט צו צווינגען דעם יונגערמאן מוותר צו זיין אויף זיינע קינדער.

אבער ווען דער חשוב'ער יונגערמאן איז באפרייט געווארן פון זיינע צרות, האבן די זאליס מיטאמאל אויסגעדרייט דעם דאשיק. זיי האבן אנגעפאנגען צו קלעימען זיג. זיי האבן פלוצלינג זיך אנגעפאנגען צו מאכן כאילו זיי האבן גארנישט געהאט צו טאן מיט די גאנצע זאך, כאילו זיי זענען די גאנצע צייט געווען לטובת דעם יונגערמאן און אים געהאלפן.

Well, היינט נאכט האט זיך ארויסגעשטעלט ווער עס האט באמת געמיינט די טובה פון דעם יונגערמאן און ווער עס האט געמיינט רשעות. מען האט קלאר געזען פון וועלכן לאגער מען האט געשטראמט צו די מסיבה און געעפנט די פאקעטס און זיך געלאזט קאסטן גרויסע געלטער.

פאקטיש » 6/4/2006 17:55

XXX שרייבט

אז בעלעם האט עפעס מיט די סקול דיסטריקט

שקר שקר שקר, אפילו איך שרייב עס נישט מיט רויטע גרויסע ווערטער איז עס נאך אלץ שקר

סילווערבערג ארבעט נישט אין סקול דיסטריקט

זי ארבעט אין

נו

אין וויזשניץ אין מאנסי

נו, סיני וואו איז דיין הייליגטום, פון מאנסי , הא ?????????????

אז מען דארף ארויסווארפן מרת זילבערשטיין פארשטייט ער

אבער אז א טיטשער פון ווישניץ מאנסי זאל מעגן ווייטער טיטשען אין ווישניץ מאנסי דאס פארשטייט
ער אויך

און ווער רעדט פון דעם פאקט, וואס ער קען נישט אנטלויפן אז כאי"ל תערוג ארבעט נאך אלץ אין
ישיבה - מיט בחורים - און קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט

נאר אז מען איז א היפאקריט איז מען א היפאקריט איז מען א היפאקריט איז מען א היפאקריט

אין איין ווערט זאגט מען דאס

זאלי תוקן על ידי - כל_העולם - 06/04/2006 21:09:02

faird » 6/4/2006 19:18

נישט סיני און נישט די אלע אנדערע זאלי היץ קעפ זענען נעכטן געקומען צו די מסיבה צו העלפן דעם יונגערמאן.

איר ווייסט פארוואס? ווייל דער יונגערמאן איז א הייסער אהרוני, וואס גייט צו יעדן טיש פון רב שליט"א, און פארט צו יעדע סאטמארע מסיבה אין וויליאמסבורג, בארא פארק אדער אין די מאונטענס. דאס איז די סיבה פארוואס קיינער פון זיי איז נישט געקומען העלפן דעם יונגערמאן ווען הילף האט וויכטיג אויסגעפעלט.

איינער ווייסט וואו די זאליס זענען אנטרינען געווארן?

איז דער יונגערמאן נישט בארעכטיגט צו באקומען זייער שטיצע פאר'ן חטא אז ער איז א הייסער אהרוני?

faird » 6/4/2006 19:45

א טיילווייזע ליסטע פון אנשים מכובדים און לאנגיעריגע סאטמארע עסקנים וואס זענען געווען ביי די מסיבה און געגעבן ריזיגע סכומים (שפעטער וועל איך צולייגן נאך נעמען, ווען כ'וועל זיך דערמאנען. ווער ס'געדענקט נאך נעמען זאל אריינשיקן פאר מיר אין תיבה אישית)

אלישע האראוויץ, מראשי הקהלה
גרשון מענדל ניימאן, ווילידזש האוזינג באורד
אשר ישעי' האראוויץ, הנהלת קופת אבני חסד של הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א
ישראל הערש רייך, דער בלאט
בעריש פעלדמאן, מראשי גמ"ח הצלה
מאיר יצחק ווייס, מראשי גמ"ח הצלה
אהרן דוד רובינשטיין, מראשי גמ"ח הצלה
אלעזר גרובער, הנהלת הקרי'
שמואל אהרן לאנדא, ווילידזש טראסטי
אהרן שמואל שרייבער, ווילידזש קאסטומער סערוויס
זלמן לייב סופר, עסקן נמרץ
שלמה הערש עקשטיין, מגבאי הגה"צ אב"ד ור"מ
לייביש ליכטנשטיין, ועד החתונה של הגה"צ אב"ד ור"מ
חיים בנימין כהנא, ועד החתונה של הגה"צ אב"ד ור"מ

וואו זענען געווען די זאליס? פארוואס זענען זיי נישט געקומען העלפן דעם חשוב'ען יונגערמאן? איז ער פסול נאר ווייל ער איז אן אהרוני?

פאקטיש » 6/4/2006 19:45

דער יעניגער אויפן אנדערען פארום - איך וועל נישט זאגן קיין נאמען, ווייל קיינער האט סייוואו נישט געוויסט...... - שרייבט צוריק שקר נומער איינס בנוגע זאב בעלעם, פסיכיאטאר/דאקטאר/מנוול, איז שוין אויס א חלק פון די סקול דיסטריקט נאר ער ארבעט "צוזאמען" מיט די סקול דיסטריקט גייט פרעג דעם שקרן/בעל דמיון מיט וועם אין די סקול דיסטריקט ער ארבעט, איז זילבערשטיין מארקאוויטש אין סקול דיסטריקט, אז ער ארבעט מיטן סקול דיסטריקט שקר נומער צוויי, בנוגוע רות/רוט סילווערבערג, זי האט נישט געארבעטן "אין" סקול דיסטריקט, און נישט "צוזאמען" מיט סקול דיסטריקט משפחת פאגעל פלעגן פארן נאכמיטאג נאכן אהיים קומען פון די קינדער פון די מוסדות קיין מאנסי צו איר, דא איז דאס פלאץ צו באדאנקן די חשובע עסקנים פון גמ"ח הצלה, - אהרונים דאכט זיך....- וואס געוואור ווערנדיג ווי די חשובע קינדערלעך ווערן געפירט, אז דאס איז נישט קיין דאקטוירים וויזיטן נאר .... וויזיטן, האבן זיי זיך אפגעזאגט פון פירן די קינדער, טראץ וואס גמח הצלה פירט "יעדן" פאציענט "איבעראל" זכרה לו אלוקי לטובה צוריק צו מיין פוינט, די פרוי זילווערמאן ארבעט "נאר" אין וויזשניץ און "נישט" אין סקול דיסטריקט איז אויב מר. לעקיש פארשטייט אז דער רב שליט"א מיז זיך אריינמישן , אבער דו פארשטייסט אויך, אז דער פון מאנסי וואס איז אקטיוו איבעראל און אויף אלעם וויל ער, טוט ער, זיך אריינמישן ער איז פלוצים פטור דאס איז היפאקריטסווע, אויף היפאקריטסווע אויף היפאקריטסווע נאכדעם די אישו, פון זיך אריינמישן אין יעדע אישו, וויפיל דארף דער רב, מעג דער רב, זאל דער רב זיך מישן איז דוקא א שמועס וואס איך וויל יא רעדן און די סך הכל פונעם שמועס וועט ארויסקומען אז די זאלי מאוומענט איז געצילט, באשטייט, לעבט אויף הפקרות, איש כל הישר בעיניו, און אונזער מעשה איז איינע פון די הונדערטער תוצאות פון די הפקרות מאוומענט המכונה זאלי'איזם, און וועל אי"ה טאקע יא צוריק קערן וועל איך וועל האבן מער ווי עטליכע מינוטן האט איינער א היתר צו טייפן חול המועד????

faird » 6/4/2006 19:51

פרייליכע נייעס פאר אלע תושבי קרית יואל וואס בלוטיגן איבער די שרעקליכע רשעות און אכזריות.

ווי עס ווערט איבערגעגעבן איז דא גאר א שטארקע ווינט צווישן די חשוב'ע הנהלת המוסדות צו באשטראפן הארב די מרשעת מ. זילבערשטיין, וואס איז געגאנגען עדות זאגן אין קאורט של ברשות בית דין ולא ברשות הנהלת המוסדות קעגן דעם טייערן איידעלן יונגערמאן (וועם זי קען ניטאמאל).

איך קען נאכנישט צופיל רעדן, אבער האפנטליך וועט בקרוב זיין גאר גוטע נייעס פון וואס אסאך אידן וועלן הנאה האבן.

כל_העולם » 6/4/2006 23:53

באקומען אין אישית:

קליקטס דא
צו דאונלאודן אן עמאשאנעל קליפ פון א וואויס מעסעדזש וואס איז ארומגעגאנגען צו אלע קרית יואל'ער איינוואוינער, זיי צו רופן צו די מסיבה.

תוקן על ידי - כל_העולם - 06/04/2006 23:54:58

faird » 7/4/2006 19:08

ישר כח פאקטיש פאר'ן מאכן מיין טאג.

פאקטיש האט מיר געשיקט אין אישית די ווערטער פון דרייניץ, וואו ער "פלאגט" זיך צו פארענטפערן וואו ס'זענען געווען די אלע זאליס ביי די מסיבה פאר'ן קעכער בישיבתנו הק'.

דאס זענען אפאר פון זיינע תירוצים:

- די זאליס זענען ביזי פסח'דיג מאכן (כאילו ביי די אהרונים האלט מען נישט דעם יום טוב פסח)
- די זאליס האבן (מכלומר'שט) געזאגט תהילים פאר'ן רבי'ן (אינטערסאנט, די אהרונים וואס האבן "עכט" געזאגט תהילים פאר'ן רבי'ן האבן זיך געקענט מאכן צייט צו קומען צו די מסיבה.)
- די זאליס האבן געלערנט (ביי די אהרונים לערנט מען פשוט נישט... זיי זענען דאך נעאלאגן)

די זאליס זענען פשוט געווען אזוי ביזי, זיי האבן זיך נישט געקענט מאכן איין מינוט צייט אריינצוסטאפן אין שאפינג סענטער (וואס איז נאנטער צו חרדים און סאסמאן ווי צום בית המדרש הגדול), צו געבן א קליינע נתינה.

דרייניץ דרייניץ, איך וועל דיר זאגן דעם אמת'ן תירוץ פון וועלכן דו פארהוילסט דיך: די זאליס זענען נישט געקומען צו די מסיבה, ווייל דער יונגערמאן איז א קעכער בישיבה גדולה ד'סאטמאר און א פארברענטער חסיד פון רבי'ן און פון רב שליט"א.

איך בין זיי דן לכף זכות. וויאזוי האבן זיי געקענט שטיצן אזא יונגערמאן אז ער באלאנגט צו די קהלת נעאלאגן און משכילים. איך בין זיכער אז אינדערהיים ווען א נעאלאג האט געהאט צרות און געקומען בעטן הילף האט מען אים אויך געלאזט לויפן, און נישט געוואלט העלפן.

נ.ב. ווער וויל לאכן א גוטס? דרייניץ טענה'ט אז די אידן פון "חרדים" האבן נישט געקענט קומען ווייל זיי זענען ביזי געווען מיט'ן זאגן תהילים און לערנען פאר'ן געזונט פון... רבי'ן... say what?... תוקן על ידי - FAIRD - 07/04/2006 19:24:30

פאקטיש » 7/4/2006 19:46

פאר מר. לעקיש בער פון פולין אונטער דאכענע וואו ער האלט אן דעם קרן התורה

אויב וויל ער איין "פרישע" קליינע ביישפיל פון די תוצאות פון די זאלי/הפקרות מאוומענט, דא האט ער

יעדער איד האט הנאה געהאט צו הערן נעכטן אז א איד א היימישער איד, א שותו"מ איז באפרייט
געווארן פלוצים פון תפיסה,

דער איד, זיינע פריוואטע חטאים וועל איך נישט רעדן דא, ווייל עס איז נישט נוגע, אבער ווער איז
אביסל באקאנט אין די פרשה, ווייסט פון וואס איך רעד

איך רעד אבער פון דעם חלק, אז דער איד האט געהאנדעלט מיט דראג געלט, אלע מיני פאלשע שטיק און
מיט שקר אריינגענארט עטליכע היימישע אידן פון דא אין קרית יואל אין פעקל,

ברוך השם אז ביידע אידן זענען שוין ארויס, אבער דער עצם פאקט אז א 'טיים באמב' א צייט באמבע,
וואס אלע זיינע שכנים אין וויליאמסבורג האבן געוויסט צו זאגן, אבער ער האט נאך אלץ באוויזן
אריינצוריקן 2 קרית יואל אין א מיאוסן פעקל, וואס הסברים איז איבעריג די צער, עגמת נפש,
געזונט, געלט, און וואס נישט דאס האט אפגעקאסט די 2 יחידים די לעצטע 3 יאר, און זייערע משפחות
און ידידים ארום און ארום

איך וועל ניטאמאל רעדן פון די אידן פון אנדערע פלעצער וואס איך בין נישט באקאנט

די פאקט איז אבער אז טראץ וואס יעדער האט געוויסט פון אים האט מען אים גארנישט געקענט טאן,
ווייל עס הערשט היינט די הפקרות/זאלי שטימונג

מען רעדט פון א איד וואס איז עלול נאך היינט צו ווייטער אנגיין מיט זיין ווערטשאפט, און זיין בעיל פארלירן יוכיח, ער איז געווען אויף בעיל, און טראץ אלע ווארענונגען פון די
רעגירנוג האט ער אריינשפאצירט אין איינע פון די בענק ווי ער האט געהאט געלט, און גע'חלומ'ט
פון ארויסנעמען געלט פון דארט, איבעריג צו זאגן אז נאך שטייענדיג ביי סעיף דיפאזיט באקס, איז
די רעגירונג דארט געווען אים צו ארעסטירן.

און דאס איז נאר איין תוצאה

אונזער פרשה איז נאך א תוצאה

און עס איז דא נאך און נאך

נאר ווי געשמועסט מען דארף עטליכע מינוט, עס צו באשרייבן

נאר אויסצופירן דאס דערמאנט דעם משל, וואס דער לעקיש האט אליין אראפגעברענגט פון רבינו זי"ע
מיט צינדער/לעשער, וואס אין אינזער פאל, די זאלי/הפקרות מאוומענט האט אנגעברעגנט די אלע
פראבלעמען און דער זאלי היץ קאפ באשולדיגט וועמען דער רב שליט"א

יא פאפיר איז א סובל הכל, אויף היידפארק איז אלעס סובל

און האט מיר א גוטן שבת תוקן על ידי - כל_העולם - 08/04/2006 2:08:04

אייןסאטמאר » 9/4/2006 21:39

האט איינער אפילו באמערקט (איך האב נישט געזען קיינעם שרייבן דערוועגן) אז מיילעך שטערן שרייבט אין "איד" אגאנצע ארטיקל וועגן די פרשה, און פארשטייט זיך אז ער גיסט פעך און שוועבעל באשולדיגענדיג די סאטמארע חסידים אין קר"י.

עס לוינט זיך צו לייענען וואס דער זעלבסט געקרוינטער "עסקן לש"ש" שרייבט.

גוטזאגער » 21/4/2006 10:38

די גאנצע מערכה קעגן דעם טייערן יונגערמאן איז אנגעפירט געווארן דורך די מאיר ווערטהיימער קאמפאני, ובראשם עמרם כהן ושותפו מלכה זילבערשטיין, וואס ביידע זענען די בוזעם פריינט פון מאיר ווערטהיימער, און העלפן אים מיט זיין גזילת נכסי הציבור.

איז טאקע יעצט די פאסיגע געלעגנהייט צו דאנקען דעם רבונו של עולם אז די מאיר ווערטהיימער קליקע, וואס זייער ציל איז נאר חרוב צו מאכן, האט געליטן אזא מפלה.

כן יאבדו כל אוביך השם.

גוטזאגער » 21/4/2006 10:45

אגב איז דא די פלאץ צו באריכטן איבער די פרישע מפלה וואס די פינסטערע רשעים האבן געליטן ערב שביעי של פסח, ווען דער ריכטער האט שטארק אנגעשריגן די לאיערס פון די רשעים פארוואס זיי ברענגען נאך אלץ אויף אין קאורט דעם בלוט בלבול קעגן דעם טייערן יונגערמאן, נאכדעם וואס ער האט שוין קלאר גע'פסק'נט אז דער יונגערמאן איז חף מפשע ווייל עס איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט גארנישט געטאן שלעכט.

דער ריכטער האט אויסגעטיילט פאר די לאיערס פון ביידע זייטן דעם פסק וואס ער האט ארויסגעגעבן און געזאגט אז זיי זאלן עס גוט דורכליינען, ווייל נאך איינמאל ער הערט איינעם אויפברענגען די בלבול אין זיין קאורט האוז וועט ער אונטערנעמען שטרענגע שריט קעגן יענעם.

די איינציגסטע זאך וואס מעג דעבאטירט ווערן איז נאר איבער די טשיילד קאסטאדי פון די קינדער פונעם יונגערמאן, וואס איבער דעם טוט מען יעצט דן זיין.

פאקטיש » 22/4/2006 00:53

רבותי עס ווערט נאר בעסער די דמיונות ווערן דיקליכער, מער פאפלאנטערט סיני טייטלבוים און זיינע חברים זענען געבליבן לעקיש, זיי זענען "נישט" געקומען צו די מסיבת הצלה פאר דעם חשובן אינגערמאן זיי האבן "נישט" געגעבן קיין געלט לויט דרייניץ, זענען זיין "יא" געזאגט "פונקט" דעמאלטס תהלים פאר רבינו שליט"א [די אהרונים זאגן דאך נישט], זיי האבן געהאלפן פסח דיג מאכן [ די אהרונים האלטן נישט פון פסח מאכן אדער פון העלפן אינדערהיים], זיי האבן "פונקט דעמאלטס געלערענט[ די אהרונים לערנעך דאך נישט ] זיי זענען געווען ביי יואלי גאלד חתונה [ דאס וואלט גראדע ווען געקענט שטימען, אבער אויף וויפיל מענטשן] יעצט, איז יעקב שטוהל געווארן א זאלי, דער חשובער אינגעמאן איז געווארן א תלמיד חכם...........[ די בויך ווארפט זיך מיר נאך פאר געלעכעטער, מיר האבן שוין א מבין אויף זאלי אויב ער קען לערנען און דאס איז ר ... ... ל...] און דער רב וויל ווארפן דער אינגערמאן, נאר די מגידי שיעור סטראשען אז זיי גייען מיט, עס ווערט בעסער און בעסער אבער פארוואס זיי האבן נישט געגעבן קיין געלט און פארוואס שוגערמאן און קארלא ווייז זיצן גאנצע טעג און וואכן אין קאורט "אקעגן" דעם אינגגערמאן, ווייל דער אינגערמאן איז א זאלי, און די זאליס העלפן אים, וויי וואלט ווען געווען פאר אים, ווען ער דארף ווען אנקומען צו זייער הילף

כל_העולם » 22/4/2006 01:38











עכטע נייעס:

ווער עס גייט ארויף היינט אויף חדשות הזלוינים וועט זעהן אן אינטערסאנטע זאך פיל מיט נייע אשכול'ס וועגן איין מעשה וואס איז געשען????


איך בין דערגאנגן די זאך
אזוי ווי די זאליס וואס ארבעטן שוין שווער די לעצטע פאר חדושים צו לייגן א פאלטשע מעשה אויפן רב שליט"א און דער עולם גלייבט זיי שוין נישט האט ווילי_יונג (דער וואס די זאליס ווייסן קען מאכן מעשה'ס וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן אזוי ווי דער עולם האט זיך שוין איבערגצייגט אסאך מאל) האבן זיי אים געהייסן גיי שנעל יעצט נאך פאר שבת און נעם דיך מאכן מעשה'ס אויפן רב שליט"א


נו וואס מיינט דער עולם אז ער האט געפאלגט גייט ארויף אויף חדשות הזלוינים ציילט אפ וויפיל שקר מעשה'ס אשכול'ס דער ווילי_יונג האט היינט געפענט מיין אויגן טון שוין וויי פון ציילן אזוי סאך


 
שפיצער06

  [בילד – נישט אפגעהיט]




יא עכטע_נייעס איז גערעכט,
ס'זעהט אויס ווי ווילי יונג האט עפעס באקומען א סטראשע אז אויב ס'וועט נישט זיין געניג שמוץ,
וועט ער נישט באקומען זיין פעי טשעק.
תוקן על ידי - כל_העולם - 22/04/2006 1:41:17