איך האלט אז מ'דארף נישט ענטפערן קיין שום שאלה פון סיי וועמען, ביז ווען די זאליס ענטפערן נישט די פאלגנדע צוויי פראגן:
1) וויאזוי האט שאול פערלשטיין זיך כסדר אויפגעשטעלט מיט א בלעכענעם פנים אז די אהרונים זענען מחוצפים פארן רבי'ן", ווען ער האט קלאר געוואוסט, וואס יעדער ווייסט שון לאנג און יעצט האט עס יעדער אליין מיטגעהאלטן, אז כ"ק רבינו שליט"א איז בעוה"ר נישט אין קיין מצב פון מאכן באשלוסן ?!
2) וויאזוי וואגט זיך דער עזות פנים שאול פערלשטיין צו גיין מצער זיין דעם רבן של ישראל, און טראץ וואס ער זעט קלאר אז דער רבי כאפט נישט וואס דא גייט פאר, זאגט ער איבער און איבער אז דעם רבי'נס בעסטע פריינט ווי ר' בערל פרידמאן, ר' שמואל אבערלענדער, ר' אלישע הורוויץ, אא"וו, ווילן אים צוברעכן ?! וואס האט ער געהאט דערפון אויסער מצער זיין און פייניגן דעם רבי'ן ?!
פארוואס האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט און ארויס די מינוט וואס ער האט געזען אז דער רבי קאאפערירט נישט מיט אים ?!