היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דארף איך גיין צו די חתונה?

דארף איך גיין צו די חתונה?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1860185

monroe06 » 29/3/2006 03:31

איך האב א חתונה די וואך אין א אנדערע שטאט,
די מחותן איז מיין פעטער,
מיין זיידע און באבע לעבן נאך לאורך ימים,

יעצט אז איר ווייסט שוין אפאר פאקטן וועל איך צוקומען צו מיין פראגע,

דארף איך גיין צו נישט?

צדדים אז יא.

לכבוד מיין פעטער (וואס איך טרעף 2 אדער 3 מאל א יאר)
צו מיין קאזין די חתן.
צו מיין זיידע און באבע.

צדדים אז נישט.

איך האב גארנישט מיט מיין פעטער די מחותן.
איך האב גארנישט מיט מיין קאזין די חתן.
איך וועל פארלירן מיין שיעור ביינאכט.
איך וועל נישט קענען אויפשטיין פארטאגס.
ועל כולם ס'קאסט מיר בעיביסיטינג $50 (און דעס איז אויך נאר אויב איך פאר ארויס 7:30 און איך בין צוריק אויף 12:00)

וואס וואלט איר געטון?

kj_village » 29/3/2006 03:54

לויט מיין אפשאצונג ווענט זיך עס אין דיינע עלטערן

דהיינו אויב זיי ווילען אז זאלסט גיין
ווייל זיי האלטן אז ווי באלד זייער ברידער/שוועסטער מאכט חתונה
אדער ווי באלד די זיידע באבע גייען דארט זיין
דאן דארפסטע גיין מכח כיבוד אב ואם

ביי אסאך משפחות טיט וויי פאר די עלטערן ווען זייערע קינדער קימען נישט צי די חתונות 
אבער אויב נישט דאן ביסטע פטור 

monroe06 » 29/3/2006 04:02

יא ס'גייט זיי וויי טון,
און איך ווייס שוין אז למעשה גיי איך גיין
און ס'גייט מיר קאסטן געלט
און די נעקסטע טאג וועל איך זיין א געהארגעטער,

אבער פארוואס זאל עס אזוי זיין?

איז נישט העכסט צייט פאר'ן נייעם חתונה פלאן?

kligeryid » 29/3/2006 05:12

it depants if u realy lern at night at your shiur WHAT I REALY DOUBT then u should not go

אלףשמות » 29/3/2006 05:27

איך האלט אז אויב פילסטו נישט גענוג וויכטיג צו גיין צו די חתונה, פילט נישט דיין פעטער פאר וויכטיג אז די זאלסט גיין.

monroe06 » 29/3/2006 05:32

האסט מיך געפאקט!

איך לערן טאקע נישט אזוי פלייסיג ביינאכט.

אבער געוואלד!  וואס טוט זיך מיט פארטאגס? דעמאלטץ לערן איך יא.

פאטאקי08 » 29/3/2006 19:41

איינ זאך האסטו פארגעסן
האו עבאועט דע פרי לאנטש יא גאט דעיר?
איז איט רייט?
פאר צו הערן א קאלטן מזל טוב דארף איך ספענדן פאר דיין סאפער + די רייזע?

monroe06 » 30/3/2006 00:12

פאטאקי08

"איך" צאל פאר די רייזע, געז און טאלל.

צו עסן אין א טייערע רעסטוראנט איז מיר ביליגער ווי די חתונה.

פאטאקי08 » 30/3/2006 00:25

וואס הייסט ביליגער ?
דו צאלסט פארן מחותן פאר די סעודה?

monroe06 » 30/3/2006 01:57

ניין איך צאל נישט פאר'ן מחותן,
און איך דארף נישט ער זאל מיר צאלן, איך בין מוחל די גאנצע זאך.

נאר וואס איך צאל יא איז 
$50בעיביסיטינג,
געז און טאלל.

monroe06 » 3/4/2006 01:21

איר ווילט אוודאי וויסן (?) וויאזוי די חתונה איז אדורך.

איך בין יענע טאג צופאל אהיים שפעט פון די ארבעט, די שטוב האט מיך אפגעווארט מיט א טוץ מיט קולות,
זי איז נישט מער ווי גערעכט, זי קען דאך נישט אלעס 'אליינס' אויפאיינמאל,
פיינעלי אויף 7:30 די קינדער זענען שוין געלעגן אין בעט, בין איך ארויסגעפארן.

איך וועל ענק אויסזאגען א סוד
צום סוף האב איך נישט גענומען קיין בעיביסיטער,
מיין שכן האט געוואטשט מיט א מאניטער,
און פארשטייט זיך אז פאר א שכן צאלט מען נישט קיין געלט, ממילא איז געווען אפגעשמועסט אז די חתן קומט דאך אריין 10:00 קען איך שוין ארויספארן 10:10 און אויף בערך 11:00 - 11:30 בין איך אונדערהיים,

פון די קאללס א גאנצען טאג
"ווען פארסטו?"
"איך קען מיטפארן?"
"האסט פלאץ?"
וועל איך יעצט נישט רעדן (ס'איז ווערד א אשכול פאר זיך)

איך בין אנגעקומען בערך 9:00 אזייגער
נאכ'ן אראפלייגן מיין בעבי ביי א קרוב, איז שוין געווארן 9:15 ווען איך בין אנגעקומן צום זאל.
די פרויען וואס כ'האב געהאט אין קאר זענען גראד אראפ, יעצט איז געבליבן אויף מיר די שווערע אויפגאבע פון.....

איר האט צוגעטראפן...    " פארקינג "

איך בין באמת נישט מגזם אבער אויף 9:48 האב איך ב"ה געטראפן א פארקינג ספעיס,
כ'האב צוגעוואקט צום זאל, צען צו צען בין איך אנגעקומן אין זאל.

פארשפייז האב איך שוין נישט געהאט
זופ האב שוין נישט געהאט
א פארשען פלייש האב נאך געהאט.

איך האב שנעל געגעסן ווייל איך האב דאך נאר 15 מינוט נאכדעם דארף איך גיין.

כ'האב געגעבן מזל טוב פאר מיין זיידע
יא! ער האט זיך זייער געפרייט צו מיר באמת
(דעס איז די איינציגסטע טעם פארוואס איך גיי)
איך האב באקומען א פסק " איך האב דיך שוין אזוי לאנג נישט געזעהן, קומסט קיינמאל נישט צו מיר,"
איך וויש מיך אפ די נאז איך זאג אים איימסארי כ'וועל קומען מער אפט.

הקיצור פיינעלי 10:30 האב איך מיך ענדליך געזעהן ארויס פון זאל
איך בין געגאנגען אויפפיקען מיין בעיבי פון מיין קרוב
10:45 בין איך געווען אויפ'ן ברידזש און א מזל'דיגע (?) שעה

LETS MAKE THE LONG STORY SHORT
ס'איז געווען טרעפיק אויפ'ן FDR
און נאך מער ארויפצופארן אויפ'ן GWB

איך בין אנגעקומעו אינדערהיים 12:30
מיט בושות האב איך געקאלט מיין שכן אז מ'קען שוין אויסלעשן די מאניטער ווייל איך בין שוין אהיים
זאגט זי מיר אז מיין קליינער האט אפאר מאל געוויינט און זי האט געמוזט אריינגיין
אפילו יעצט פאר 10 מינוט צוריק איז זי געווען בארויגען מיין קליינעם.




יעצט האב איך אפגעמאכט אז
איך מער נישט צו קיין חתונות וואס איך "מוז" גיין,
נאר דארט ווי איך "וויל" גיין.

פאטאקי08 » 3/4/2006 01:38

מאנרא[בילד – נישט אפגעהיט]

וואס איז געווארן מיט דיינע שיעורים? דיין חבר?

monroe06 » 3/4/2006 03:12

ביינאכט איז מיין חברותא סייווי נישט געקומען,
צופרי האב איך טאקע נישט געקענט אויפשטיין,
און א גאנצן טאג איז מיין קאפ נישט געווען אויפן פלאץ.

איך_הער » 3/4/2006 21:57

ס'איז גוט צו וויסן פאר די אלע וואס ניצן דעם עף.די.אר. , א יעדע נאכט בערך 11 אזייגער הייבט זיך אן קאנסטראקשן ביים רעמפ צום GW, ס'איז דא א וועג אויסצוקראסן דעם רעמפ דוירעך זיך האלטן צו רעכטס מ'פארט גראד ( נישט ארויף צום בריק ) ביז מ'זעט א סיין הענרי האדסאן ( מ'דארף דערצו מאכן א שיפע לינקס ) און מ'פאלאהט סיינס צום הענרי האדסאן ביז מ'זעט סיינס צום GW אויף די לינקע זייט ( ס'איז אביסל שווער מסביר צו זיין דירעקשאנס שרייבנדיג, איך האף אבער אז מ'וועט עס פארשטיין, נאך איינמאל אויספראבירן איז עס זייער פשוט. ס'איז א אומוועג פון בערך 10 מינוט אבער נאך אלץ שנעלער ווי שטיין אינעם טרעפיק )

פאטאקי08 » 3/4/2006 22:29

נאך אזאך פאר די וואס פארן שפעט
די נוי דזשורזי 17 איז בערך עלעווע צוועלעווע געפאקט מיט פאליס
געפאקט מיינט איך האב שוין אפגעציילט 10 שטיק אין איין נאכט
יעדעס מאל איך בין געפארן ביינאכט איז עס געווען געפאקט
עיקערס ראוד אין ק"י מיינען מענטשען אז 2 אזייגער ביינאכט קען מען דארט פארן אויף 70 MPH
זייט וויסן אז זייער אסאך מענטשען האבן שוין געקריגן קוויטלעך צווישן 12 און 4 ביינאכט אויף בעיקערטאון און עיקערס
התורה חסה על ממונם של ישראל

kj_village » 4/4/2006 18:19

ביטע, ווער עס פארשטייט וואס איך_הער האט געשריבען
זאל עס זיי מוחל בעסער אין קלארער מסביר זיין, ייש"כ

ביטע זיך לאזן הערן אין די אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1868824

פאטאקי08, לכאורה איז עס א גוזמה, לאמיר עס שטעלן ביי פיר שטיק, אויך נישט ווייניג 

תוקן על ידי - kj_village - 04/04/2006 18:43:30

monroe06 » 4/4/2006 19:04

kj_village

איך האב שטארק הנאה פון דיין אשכול וואס די האסט געעפנט,
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1868824
ס'קען אויך גוט זיין אויב איינער ווייסט צו זאגען וועגן טרעפיק אויף א געוויסע ראוד.

יעצט צום ענין

ווען איך האב געעפנט די אשכול האב איך לכתחילה אינזין געהאט אז מען זאל דא דעבאטירן די
עפארדעבאל חתונה פלאן,
נאר אזוי ווי איך האב געוויסט אז טאמער די קעפל וועט זיין "עפארדעבאל חתונה פלאן" וועט קיינער נישט קוקן דערויף, האב איך געלייגט עפעס א פאני קעפל,

וואס האלט איר זאל איך עפענען א פרישע אשכול צו דעבאטירען די עפארדעבאל חתונה פלאן?
אדער ס'איז גוט דא?
אדער ס'אינטערעסירט נישט קיינעם?

פאטאקי08 » 4/4/2006 21:00

ווילידזש
גארנישט קיין גוזמא
10 שטיק מיין איך טאקע 10 שטיק
וואטש אוט!!
ווען איך וועל האבן צייט וועל איך דיר אויסרעכענען ווי זיי באהאלטן זיך

monroe06 » 4/4/2006 21:59

מיינסט אוודאי 10 אויף ביידע זייטן צוזאמען