היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » די וואלן אין מדינת ישראל

די וואלן אין מדינת ישראל

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1859964

קרעמער » 28/3/2006 23:37

די רעזולטאטן זענען ווי פאלגענד:

קדימה (די פארטיי פון דעם האלב פארשטארבענעם אריק שרון, וואס ווערט יעצט געפירט דורך דעם אינגאנצן פארשטארבענעם אומכאריזמאטישן אהוד אולמערט) איז ארויסגעקומען די שטארקסטע, מיט בערך 32 מאנדאטן צום טריפה'נעם כנסת.

עבודה (די ארבייטער פארטיי פון שמעון פערעס) איז אריינגעקומען די צווייטע, מיט 22 מאנדאטן.

ליכוד (די פארטיי פון ביבי נתניהו, זינט אריק שרון האט אפגעפיצט און געגרינדעט די קדימה פארטיי) האט שטארק פארלוירן און איז אריינגעקומען מיט אינגאנצן 11 מאנדאטן.

ש"ס (די פארטיי פון די ספרדים) האט געפייערט א שטיקל זיג (איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס) ווען זיי האבן געווינען 11 מאנדאטן בערך.

יהדות התורה המאוחדת (די באקאנטע "ג'", אגודה, דגל, און נאך) 5 מאנדאטן.

קרעמער » 28/3/2006 23:39

שיער נישט פארגעסן:

א סורפרייז איז געווען ווען די "אלטע קראכער" פארטיי, מיטן נאמען "גימלאים" איז אריינגעקומען שטארק מיט 8 מאנדאטן.

ווער עס האט נישט געזען די פרייד אויף דעם אלטן קראכער פון 180 יאר מיט די דיקע ברילן ווען ער האט פארגעליינט די זיג רעדע וואס מען האט אים פארגעשריבן מיט קידוש החמה אותיות אויף א קול קורא פלאקאט, לא ראה אלטע קראכער מעולם.

נאטורליך » 28/3/2006 23:39

קיין שום איבעראשונגען, אוואור?

קרעמער » 28/3/2006 23:41

OH YEAH

ליין איבער מיין צווייטע תגובה (האסט עס מן הסתם נאכנישט געזען פאר די האסט געשריבן דיין תגובה).