היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קריאה נרגשת------

קריאה נרגשת------

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1859920

זלמנליב » 28/3/2006 23:15

נעכטן ביינאכט איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א חשובע ערליכע פרוי, זי דערציילט מיר ווי קוים מיט צרות האט זי חתונה געמאכט איר זוהן, אן קיין אנדערן ברירה , האט זי געמיזט אים לייגן ביי א שווערע שווער ווי אשר זאב גרין, זי האט געמיינט אז זי קומט אן למנוחה ונחלה, אין יעצט שוד ושבר, אנהעצנדיג פון זיין באוואוסטן קאזן (יוסף 90) האט ער זיך באנארישט אין אנגעהויבן צו שעלטן ר' אהרן קבל עם ועדה, פארשטייט זיך אז זייט דעמאלטס האט נישט דער אינגערמאן קיין טאג און קיין נאכט, ער ליידט צרות צרורות פון די ארונים אין בני ברק פארן זיך וואגן צו שעלטן אין בית מדרש הגדול זייער רבין.

זיין ווייב האט געסטראשעט מיט אנטלויפן פון שטוב אויב די טעראר וועט זיך נישט אפשטעלן,אין מיט הייסע טרערן האט מיר די מאמע געוויינט , וואס טוהט מען?? מיין זוהן האט זיך באנארישט אין ער ווייסט דאס. וואס קען מען טוהן די טעראר קעגן זיינע נארישע דיבורים זאל זיך אויפהערן???

 אין וויבאלד איך ווייס די גדלות פון שלום בית וואס אפילו די מזבח לאזט טרערן איבער דעם. האב איך געבעטן פון דער יונגערמאן אן התחייבות בכתב , דאן האב איר געשיקט צו חזקל ראטער זי זאל אים אויך איבערגעבן די הבטחה פון איר זוהן אין די הסתייגות און הבטחה מער נישט פוגע זיין די כבוד פון ר אהרן.

דעריבער בעט איך אייך בכל לשון של בקשה: דער אינגערמאן האט זיך מתנצל געווען אין מביע געווען חרטה,ער האט געקלינגען אין מבטיח געווען קבלה לעתיד, דעריבער גיבט אים די צ'אנס אין גלייבט אים די לעצטע מאל, פליז פליז האט רחמנות אויף א אידישע משפחה און הערט אויף אים דערגיין די יארן. גלייבט מיר אז ער וועט זיך מער נישט וואגן צו העפענען זיין מויל.

תזכה למצוות.

תימענער » 29/3/2006 01:23

איך הער עפעס פון בני ברק אז ס'איז לעבעדיג דארטן מיט די ווייב פון דעם "תימענער" טאלער???
זי ס'טראשעט אלמנות מיט יתומים??

ווייסט איינער עפעס מער פרטים???

זלמנליב » 29/3/2006 01:32

איך גיי שוין מברר זיין ביי מיינע מקורות.. ווייל  איך האב געהערט אן א סוף מעשיות אויף די ווייב פון הנ"ל אין נישט אלע איז געווען 100% אמת... אין איך וויל ידער זאל וויסן אז ווען "זלמן לייב" שרייבט, איז יעדע וואר ריכטיג!!!!

jhhoruyr » 29/3/2006 01:45

פון מיינע קוועלער פארשטיי איך אז מ'האט טאקע ביזדערווייל אפגעשטעלט די טעראר אויף דעם יעקב בן ציון ווייס ווייל זיין מאמע האט זיך געבעטן וויינענענדיג אז איר זון וועט איינרוהען...\

נזכה ונחיה ונראה!!!

זלמנליב » 29/3/2006 02:59

monroe06 » 29/3/2006 03:19

איז טאלער א תימונער?
אדער איז עס א צונאמען?

kj_village » 29/3/2006 03:48

איך וויל שרייבען אפאר הלכות וואס די שרייבער פין די אשכול האבן נישט אינאכטגענימען פארן שרייבען

א}המכנה שם לחברו אין לו חלק לעולם הבא

ב}מוטב שיפל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין חבירו

ג}המלבין פני חברו אין לו וכו'

ד}לשון הרע

געדענקט!!!!  ווען מען רעדט פין מענטשן וואס טיען מעשי רשע ברבים מהרסי הדת איז איין זאך
אבער ווען מען רעדט ברבים פין אפאר אינגעלייטליך וואס האבן בסך הכל געשריבען איינס צוויי מאל א"ט פוי וכדומה אדער אפילו גע'גנבט א בענקעל פין רב מייזליש

גיט עס נאך נישט קיין היתר יענעם אזוי מבזה צי זיין

זייט געווארנט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!