אין בני ברק האט מען איר פארברענט אין די גאסן, בילד פון שער בלאט פון 'עולם החסידות' מאגאזין.
[בילד – נישט אפגעהיט]
כ'אהב נישט געליינט דעם ספר, סאיז מיר נישט אינטרעסירט צו ליינען ספרים פאס האבן איין אמת. און יעדערס נישט אין זייער דרך איז פסול. האבער סאיז א גרייסער ווונדער וואס האבן טענות די חסידים. צו דעם האבן זיי א ספק אז זייער צד האט רעכט? פונק אזוי האבן די ליטוואקעס דעם פולן רעכט צום האלטן אז זייערע גדוילים האבן רעכט.
געהערט האב איך אז סעהאט אן המלצה פון ר' חיים קניבסקי שליט"א און אן הסמה פון ר' שלמה ברעוודא שליט"א. פארוואס האבען זיי געגעבען זייער גוט ווארט צו דריקען דעם דאזיגען ספר?
די מערכה קעגן דעם ספר האט געוויזן די היפאקריטסווע פון די היינטיגע חסידים וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם צו דערציילן און צו דרוקן זייערע שקרים און פראפאגאנדע קעגן די מתנגדים אבער ווערן ווילד ווען א צווייטער וויל שילדערן דעם גר"א מיט זיינע אמת'ע פארבן און דארף דעריבער זיך אריינטאן אין זיין מערכה קעגן חסידות.
וואס האט טאקע דער גר''א געהאלטן וועגן חסידות?