היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » האלט דא טראכט מען (עצכ"ח יידיש) » אינזין האבן ביים דאווענען

אינזין האבן ביים דאווענען

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1857779

רעדאקטאר » 27/3/2006 14:07

איז דען מעגליך צו מצמצם זיין דעם מוח א שעה צייט ביי שחרית, און בכלל ביי שטילע שמונה עשרה,
וואס מ'קען נישט אויסניצען דעם "קול המעורר את כוונה" וויאזוי קען מען אינזין האבן אן
פארקריכן מיט מחשבות ארום און ארום?

עצות?

הדרכות?

טריקס?

זעמל » 31/3/2006 14:35

איך קען א גאר חשובע משפחה ביי אונז אין ווילי, וואס דאווענען זייער לאנג, איבער א האלבע שעה שמונה עשרה, און שאקעלן זיך מאדנע, נישט ווילד, נאר א טאנץ פון פאראויס און צוריקוועגס, זעהט אויס אז די מאדנע אנדערשטקייט העלפט מאנען פונעם מענטש אז ער מוז טראכטן. אבער איך מיין עס איז קעגן די הלכה צו טאן מאדנע פירונגען ביים דאווענען.

DavidHume » 1/4/2006 20:37

איך זעה איז דו קינסט נישט דעם באוויסטען ר'חיים אויפען רמבם

לויט די הלכה דארף מען נאר אינזינהאבען ביי די דריי ערשטע ברכות עיין