היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » האלט דא טראכט מען (עצכ"ח יידיש) » וואס איז די גדר פון אן "עם הארץ"?

וואס איז די גדר פון אן "עם הארץ"?

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1857772

העניך7 » 27/3/2006 14:00

די גמ' אין פסחים דף מט. זאגט: לא ישיא אדם בתו לעם הארץ וכל המשיא בתו לעם הארץ כאילו כופתה
ומניחה לפני ארי.

איז די שאלה ווער גייט היינט אריין אין דעם כלל פון עם הארץ? איז בכלל דא דער מין מושג פון
ע"ה וואס זאל נישט וויסן קיין פסוק חומש?

רעדאקטאר » 27/3/2006 14:20

די פראגע איז לכוארה ראלעטיוו צום געזעלשאפט אין וואס מ'וואונט, איך האף אז דו ערווארטס נישט די זעלבע תירוץ פון בני ברק און פון וויליאמסבורג?

ווטו1 » 27/3/2006 14:28

מען וואלט דא גידארפט מאריך זיין [און א שאד אז מיין חבר מיימוני קען נישט קיין יידיש] אבער איין הערה וויל איך דערצו געבען צום טייערען רעדאקטאר לגבי דיא גמרא פסחים , דאס מען קען זיין א גרויסער תלמיד חכם [דאס הייסט נישט קיין עם הארץ] און פארט א גרויסער בור. זעלבסט פערשטענדליך איז א בור ערגער וויא אן עם הארץ ווייל עהם פעלט דעם דרך ארץ קדמה לתורה [ד.ה. ציוויליזירט און נישט פרימיטיב].