אינטימע געשלעכט על פי תורה?
דאס איז קלאר לכאורה אז דער געשלעכט באשטייט פון א קאמבינאציע פון פיזישע און פסיכאלאגישע בעדארפנישען [און בדר"כ איז די פראפארציע צווישען די ביידע אנדערש ביי מענער וויא ביי ווייבער]. עס איז אויך פארשטענדליך אז א מענטש וואס איז אין גאנצען אונאפהענגיג פון בעדארפנישען איז שטערקער. בכל זאת אז ער האט שוין דיא נייטיגקייטען, איז נישט דא קיין סיבה דאס ער זאל נישט וויסען וויא גיהעריג פון זיי צו געניסען, כל זמן אז עס ווערט נישט ביי עהם קיין אובסעסיא און דאס ער באגייט נישט קיין עוולות כדי צו דעם אנצוקומען.
בשם ר' גדליה ז"ל ווערט גיזאגט אז דיא גדלות פון אונזערע חז"ל אז זיי האבען זיך נישט גישעהמט מיט זייערע חולשות און דאס זיי האבען דאס נאך אריינגילייגט אין די גמרא אריין. כן לענייננו. דיא סיגופימישע באגרענצוגען זענען טאקע מן הסתם אריין גיקראכען אין די צייטען פון די ראשונים [אפשר אויך אין די צייט פון די התגלות פון דעם זוהר] און שפעטער פון פרעמדע מקורות. אונזער בוגיעלון [פון די ערשטע און שטארקע שרייבערס אין דעם העבראישען עצור] האט פאראפראזירט דעם מאמר חז"ל זאגענדיג:
"אבר קטן יש באדם; מרעיבו שבע, משביע רעב, מסגפו משתגע". דפח"ח.
דוכט זיך אז כאילו כפאו שד רעדט זיך פין איינער פין די גרעסטע ביי אונז אידן, אינגאנצען נישט אלץ א וועגוויזער פאר המון עםדיגער מענטש
סימן ר"מ איז אולי נישט געבויט אויף זוהר'ס (איך האב שוין ליידער לאנג נישט איבערגעחזרט די הלכות) אבער מיר שיינט אז די מאמרי חז"ל זענען ציטירט דארט אין א שטייגער פין 'פיק ענד טשוס'. איך געדענק נישט אז דארט זאל שטיין די הדרכה וואס ר' ינאי האט געגעבען פאר זיינע טעכטער וויאזוי זיך צו מאכען די מאן מער אויפגערייצט אין אנגעהיצט, אויך געדענק איך נישט ס'זאל ווערן אראפגעברענגט די מאמר ווי חז"ל גראטולירן אין ערמוטיגען די מענטש צי האבן סעקס מיטן ווייב אינדערפרי פארן גיין צו דער ארבייט (רש"י באפאסט זיך שוין דארט וויאזוי מ'איז מאפיל בטלית וכדו')
זייענדיג בעאיינפלוסט פינעם זוהר האט צוגעברענגט צו 'טרעפען' נאר די מאמרים וואס שטימען מיט די קבלהדיגע אנשאוינגען [זעה אויך די שעררוריה פין 'שלא כדרכה']
אין אמתען גערעדט קאן גאר זיין אז די זוהר כשלעצמו איז גאר א אומשולדיג קרבן צום יענעצייטגע קריסטליכע אסקעטישען קולטור, דער זוהר זייענדיגע די נחלה פין יחידי סגילה פין מענטשען וואס האבען פרובירט זיך צו דערהייבען [אין פארשטייט זיך לויט זייער באגריף פין דערהויבענקייט וואס דאס איז בעאיינפלוסט פינעם אלוועלטליכע געדאנקענגאנג פין יענע צייטו] האבען אוועקגעשטעלט די זוהר אלס א פרעדיגער פאר א סיגופיםדיגער לעבענסשטייגער. עס איז כהיום דא מאנכע וואס זעהן אינעם זוהר פיל מיט לויבווערטער פארן סעקס אקט אין טאקע אין אן אופן פין הנאה אין אהבה.
יישר כוחך! נאר נאך א ווארט. עס איז גאר מעגליך אז דער וואס האט נוהג גיווען כמי שכפאו שד, מיינט מען נישט אז יעדעס מאל וואס ער האט גיהאט א גישלעכטס באציהונג איז ער גיווען גיצוונגען, דאס קען מיינען אז דאס איז גיווען זיי שאיפה און אז אין פרינציפ איז עהם דאס אפשר געלונגען אפילו בימי נעוריו. אבער עס מוז נישט זיין אז ער איז אללע מאהל גיווען אויף די מדרגה. תוקן על ידי - עצור_כאן - 05/04/2006 9:41:34
ענטפערט ער אבער, אז מ'קען נישט מאכן דערויף קיין ברכה, ווייל עס קומט שטענדיג מיט א תאוה פאר ליבע, און וויבאלד עס איז קען נישט זיין כולו לה', מאכט מען נישט קיין ברכה דערויף.
עס האט מיר איינער א מאהל געזאגט אז עסען א עפעל איז עהם שווערער צו עסן כולו לשם, ווי דע אנדערע אישו וואס מען רעד דא, ווייל ביי דעים פון וואס מען רעט דא איז דע רצון פון צו האבען גיטע קינדער העלפט צו עס זאל זיין כולו לשם, מה שאין כן ביי א עפעל....