היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » האלט דא טראכט מען (עצכ"ח יידיש) » קען די טעאָריע פון עוועלאָציע שטימען מיט די תורה?

קען די טעאָריע פון עוועלאָציע שטימען מיט די תורה?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1857711

רעדאקטאר » 27/3/2006 13:13

סאיז דא היינט געוויסע בעלי תשובות וואס פרואווען פארענטפערן זייער נייע גלויבן פון תורה
אידישקייט זאל שטימען מיט די טעאריע פון עוועלוציע, וואס די וויסנשאפטלער זאגן אז די וועלט
זאל האבן אין אמת'ן מער יארן ווי ביז איצט אנגענומען פון די תורה הקדושה. קען דאס גיין
צוזאמן? פארוואס יא ? פארוואס נישט?

dovidel » 27/3/2006 17:03

דער פרומער וויסנשאפטלער געראלד שראודער האט ארויסגעגעבן א פאפולערן בוך צונויפשטעלנדיג תורה און עוואלוציע, Genesis And The Big Bang.

יאנקל

קעלעמר » 27/3/2006 17:05

יאנקל, און וואס זענען זיינע מסקנות? העס קען שטימען אדער נישט?

dovidel » 27/3/2006 17:24

ער ערקלערט וויאזוי די עוואלוציע-פראצעס האט זיך אנטוויקלט במשך די ששת ימי בראשית.
זיינע שיטות זענען היבש פאפולער אין אידישע, ווי אויך קריסטליכע קרייזן, אבער האבן אויך פיל קריטיקירער.

bilbo22 » 7/4/2006 06:20

let me give a place where it is beautifuly discussed

go to DAS vEMUNA

Go to LACHSHOIV MACHSHVOS

you will  find something on evolution

sorry i dont know how to create a link

לינקזעצער » 7/4/2006 07:54

לחשוב מחשבות>די אויסגעדראשענע טעמע פון אבולוציה (ציגעלע)
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1866292 בברכה.

רעדאקטאר » 6/7/2006 16:47

א גוטער תירוץ נישט ווי שראודער באט איך מיין אביגדור מילער פלעגט נוצען דעם תירוץ אז נאך זעקס טאג האט די וועלט שוין אויסגעזען ווי אן אלטער זיידע פון ביליאנען יארן.

ליינט די וואך אין יתד קלאר איבער דעם.

http://chareidi.shemayisrael.com/SHL66ofkm1.htm

Dovidel1 » 24/7/2008 04:24

עוואלוציע איז בכלל נישט קיין סתירה צו תורה, ר' נתן סליפקין איז דאס גוט מברר איז זיינע ביכער ובפרט The Chalenge of Creation.
אויב דארפט איר א העכערער אויטאריטעט לערנט דורך דעם טייערן ספר פון דעם גאון וצדיק ר' גדלי' נדל ז"ל.
אבער איידער איך געב אייך דעם לינק וואו מען קען אראפלאדענען דעם ספר, וויל איך אייך אנווארענען אז עס איז גע'אסר'ט געווארן דורך מרנן ורבנן גדולי התורה.
http://kvazim.co.il/600-1234.pdf 

לאנדסמאן » 24/7/2008 17:46

פארוואס איז עס גע'אסר'ט געווארן?

Dovidel1 » 25/7/2008 04:55

דער ספר איז גע'אסר'ט געווארן דורך די "גדולים" ווייל זיי זענען ליידער נישט געשאנקען געווארן מיט דער בינה יתירה צו פארשטיין די דעות פון אזעלכע גדולי ישראל ווי ר' גדלי' נאדל. אזוי ווי ר' יצחק שילת שרייבט אין זיין הקדמה אז לאו כל מח סביל דא.