ווער האט געמאכט דעם זוהר הקדוש?
הויפט זייט » האלט דא טראכט מען (עצכ"ח יידיש) » זוהר הק' אין קבלה
זוהר הק' אין קבלה
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1857694
זע אין אתר "דעת" א שיינעם מאמר פון הרב מענדל כשר (בעל תורה שלימה) איבער דעם ענין.
יאנקל
סאיז דא זייער א גרויסער דיון וועגן דעם. און שפעטער וועל איך, אייב צייט וועט מיר לאזען, שרייבען וועגן דעם.
האבער די פריערדיקע שאלה איז, למאי נפק"מ?
האבער די פריערדיקע שאלה איז, למאי נפק"מ?
גייט צו דעם פאלגנדן לינק וואו איר קענט אראפלאדענען א גאנצן ספר (אין ענגליש) וועלכער ווייזט אויף אז דער זוהר איז פאלש.
http://godolhador.blogspot.com/2005/07/zohar-is-fake-document.html
http://godolhador.blogspot.com/2005/07/zohar-is-fake-document.html
פאלגנד איז דער לינק פאר'ן מאמר פון הרב כשר:
http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/sinay/hazohar-2.htm
http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/sinay/hazohar-2.htm
ליינינדיג אביסעל דעם דאקומענט, זעה איך אז עס איז מלא טעותים.
ער גייט נאך מיט די שיטה אז ר' משה דילאון האט געשריבען דעם זוהר, כאטש עס איז נישט מסתבר,
און ער שרייבט למשל אז די אר"י הקדוש איז געבוירען אין איירופה,
און נאך אסאך קליינע טעותים.
די גאנצע זאך איז בעצם אן העתקה פין מטפחת ספרים פין יעב"ץ.
די אמת לגבי די גאנצע פרשה דארף מען זאגען, אז מיט די אלע קשיות קען מען גלייבען אז די זוהר
איז אלטע זאך, און איז אמת ויציב.
די שאלה איז נאר אויב מען וויל גלייבען אזוי.
אז עס איז געווארען אנגענומען אין כלל ישראל, איז נישט קיין שום ספק.
ממילא דער וואס לייקענט אין זוהר און קבלה איז זיך פורש פין רוב מנין ובנין פין כלל ישראל.
מה ראה? וואס האט אים אזוי גערגערט?
געווענליך איז דאס אנדערע זאכען, צו א גרעסערע אגענדא, ווען מען רעדט מיט איינער וואס
לייקענט, איז נישט כדאי אריין צו גיין אין וויכוחים, ווייל מען קען אזא וויכוח נישט געווינען.
פאר די זעלבע טעם וואס מען טאר נישט אריין גיין אין א וויכוח ווען די תורה שבכתב איז געשריבען
געווארען.
עס איז נישט מעגליך צו וויסען מיט די ידיעות וואס די חוקרים האבען דערווייל אנטדעקט,
ווער האט געשריבען דעם זוהר?
ווער האט אנגעהויבען קבלה?
עס איז זיכער געווען אסאך מקובלים וואס זענען אנגעקומען צו גאר הויכע מדריגות, ווי אזוי?
וואס זענען די מקורות צו קבלה?
איינער וואס לערענט אסאך גמרא און חומש מיט א אמונה פשוטה, ווייסט אז די ספרי המקובלים זענען
מער אוטענטיש צו די אידעשער אמונה ווי די גאנצע מהלך פין חקירה, און ממילא פארדעם איז מער
מסתבר צו זאגען אז די זאכען זענען אידיש און ריין מיט אמונה פשוטה און אמת.