פון דעם איז משמע אז אויב דער סברא זאגט מיר אזוי, האט דאס א גענוגענדן כח אז עס וואלט נישט
אויסגעפעלט צו האבן א פסוק דערפאר, און דער פסוק קומט עפעס אנדערש אונז דערציילן.
רעדאקטאר יקר יקרים מקים עולה של תורה,
דאס פרעגט שוין דער לעצטער תוספות אין מסכת שבועות דף כ"ב: די גמרא זאגט דארט "איבעית אימא סברא איבעית אימא קרא" דאס הייסט אז מען קען ברענגען א מקור [דארט אז שתיה בכלל אכילה] סיי פון סברא און סיי פון פסוק. פרעגט תויספעס, אויב מען האט שוין א סברא "למה לי קרא?" [אזוי ווי די גמ' אליין פרעגט אין כתובות און ב"ק].
ענפערט תויספעס, "ויש לחלק" זאגט ער, "דיש דברים שאין הסברא פשוטה כל כך וצריך הפסוק להשמיענו הסברא".
הם הם דברי החובת הלבבות און דאס איז דער דרך וואס איך האב מקבל גיווען ועל פיו האט זיך עצכח אויפגישטעלט. ד.ה. אז א וואדע האפען מיר אז מיר זאללען אנקומען צי אזא מצב וויא עס ווערט געשילדערט אין נביא ירמיהו און באארבעט אין דעם רמב"ן נצבים עה"כ ומל את לבבך און אויך אין בראשית, אז מיר זאללען פון זיך אלליין פארשטיין דעם רצון הווה ית'. אבער ביז די קרעטשמע זענען מיר נאך נישט אזעלכע גרויסע חכמים ואין לנו שיור רק התורה הזאת.