אין א 'סטעיטמענט' וואס וועט לכאורה זיין דער 'סטעיטמענט פון יאר', האט ר' יצחק ראזענבערג נארוואס געמאלדן אז מיר זענען גרייט זיך צו שלאגן נאך צוואציג יאר אויב עס וועט ח"ו אויספעלן, ביז ווען זיי וועלן קומען צו דין תורה !!!
וואס איז אייער מיינונג דערוועגן ?
רבותי, עס איז דא א באזונדערער אשכול פאר די נעכטיגע מסיבה, ביטע נאר שרייבן דארטן.
דער אשכול איז געווידמעט בלויז צו הערן אייער מיינונג איבער דעם סטעיטמענט, און אויב איר האלט אז דאס איז טאקע רעלעוואנט.
לאמיר האפן משיח זאל שוין לאנג דא זיין
תוקן על ידי - קארל_ראוו - 26/03/2006 22:46:38
מ'האט נעכטן דערקענט אז די מסיבה איז צוגעגרייט געווארן אין בלויז איין וואך, אזוי ווייט אז מ'האט עס געקענט דערקענען אפילו אויפן טעלעפאן, אבער אין מיינע אויגן איז די הויכפונקט פון די מסיבה די דרשה פון יצחק ראזענבערג. נאך אלעם איז ער דער הויפט גענעראל אויפן פראנט, און זיין ווארט איז די מערסטע וואגיג ווען עס איז די רעדע פון דין תורה און קאורט [די הילכיגע פאטשערייען האבן זיך גוט געהערט אין אלע עקן פון גרעיטער ניו יארק...].
די ווערטער אז ער איז גרייט זיך צו שלאגן די קומענדיגע צוואנציג יאר איז לכאורה אביסל איבערגעטריבן, אדער ארויסגענומען פונעם קאנטעקסט, איך בין זיכער אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז מיר גייען בלייבן פאר די קומענדיגע צוואנציג יאר אין דעם שטאפל ווי ביז יעצט, לכאורה אויב מ'וועט יעצט פארלירן די אפיעל וועט מען אנהייבן זיך בויען מוסדות געהעריג ווי אזא גרויסע קהילה דארף צו האבן.
און איך בין זיכער אז ס'וועט זיין אוממעגליך צו מאכן נאך צוואנציג אזוינע מסיבות פון א' שמות... בפרט ווען די בעקגראונד וועט שוין זיין אינגאנצן אנדערש [אויסער אויב מ'וועט מאכן א א' שמות פאר די נייע מחלוקת...].
אבער מיר האבן זיך די איינע זאך גוט אויסגעלערנט פון די בני יואל [בערל פרידמאן...?], אז מ'שלאגט זיך צוואנציג יאר אויף טריט און שריט, מ'לאזט יענעם נישט מנוחה, קיין איין רואיגן טאג וועט מען זיי נישט לאזן, ביז צום סוף וועט מען אי"ה אנקומען וואו מ'דארף, און די הויפט זאך אז דער סכסוך זאל געשליכטעט ווערן ביי א געהעריגן בי"ד בזבל"א וזבל"א, אזויווי די תורה הייסט.