עס טומלט זיך יעצט וועגן די וואהלן אין ארצינו הק'. איך בין גאר ווייניג אריינגעטוהן דערין, פשוט ווייל איך האב דארט קיין ווארט נישט. קיין וואהל רעכט האב איך נישט. און דאס גאנצע וואס איך ווייס איז ווייל איך זע אין די סאטמארע צייטונגען ווי זיי שפירן אז די הויפט נייעס וואס אינטערעסירט יעדן און פון וואס די גאנצע וועלט איז פארנומען איז אז מען האט אפגעדרוקט נאך א פאר סעטס פון ילקוט מאמרים ויואל משה.
אז עס איז מסתם נישטא קיין דריי פראצענט היימישע אידן וואס גייט אן די בחירות אין ישראל איז נישט וויכטיג. די וויכטיגסטער מקום וואס צייטונגען געבן אוועק פאר די הויפט נייעס איז די העד ליינס. און דארט דארף מען מעלדן דעם עולם מען זאל זיין גרייט און נישט גיין צו די בחירות הטמאות. ווער גייט זיך אפהאלטן דערפון? און פארוואס דארפן אלע וויליאמסבורגער בתי מדרשים זיין אנגעפילט מיט מאמרי קודש פון אלע צדיקי הדורות ווי זיי זענען מסביר די הארבקייט פון זיין צוזאמען מיט רשעים, ווען קיינער גייט נישט שטימען דאהי אין אמעריקע?
איך בין אביסל פארקראכן.
עס ווייסט מסתם קיינער נישט אין וויליאמסבורג אז עס איז דא וואס האלטן אז אויב פירט מען זיך על פי תורה איז נישטא קיין פראבלעם צו האבן א מדינה.
איך נעם חלילה נישט קיין מיינונג, איך בין נאר נייגעריג וויפיל וואלט סאטמאר געקענט צוזאמשלעפן (צוזאמען מיט די טויזנטער וואס האבן אויפגעהערט צו שטימען נאכן זען די ריכטיגקייט אין ספר הק' ויואל משה) ווען זיי גייען יא ארויס שטימען אויב וואלטן זיי בכלל געהאט א מעגליכקייט איבערצונעמען א רוב אין די ממשלה און אזוי ארום קענען מאכן געזעצן וואס זאלן מאכן די מדינה זיך פירן על פי דת תורתינו הקדושה.