סאטמאר'ע חסידים אין בני ברק האבן אויפגענומען מיט גרויס פרייד אז הרב ר' אלי' כץ האט זיך דעם היינטיגן מוצשב"ק צוריק געקערט קיין בני ברק נאך א לאנגן אפרו פון קרוב צו צוויי וואכן.
באריכט פונעם שבת
ער ווייסט נישט ווי זיך צו רירן און נעבעך א בלאס'ער ווי קאלעך האט ער אנגעהויבן שמונה עשרה און אזוי געדאוונט אזוי לאנג כאילו די סידור האט זיך אים אופגעמישט אויף מוסף פון ראש השנה...
ווען מ'האט שוין געהאלטן טיף אינמיטן קבלת שבת האט ענדליך געהענדיקט שמונה עשרה און זיך געדרייט ווי א זיבעלע ארויף און אראפ, ביזענדליך האט ער געטראפן א זיץ אויף די לעצטע שורה פון ביהמ"ד, און איז געזעצן דארט א פארקלעמטער צוזאמען מיט אלע פרעמדע "ספארדישע אידן" וואס דאווענען יעדע וואך אינעם ביהמ"ד.
נאך די שטילע שמונה עשרה פון קבלת שבת פארלאזט ער דעם ביהמ"ד מורא האבנדיג אז די צענע פון פאריגן שבת זאל זיך נישט איבערשפילן.
שבת אינדערפרי איז ער כדרכו מקיים דעם "שינה בשבת תענוג" עד חצות.
ביי שלש סעודות איז ער נעבעך געזעסן אליין א פארקלעמטער, קיינער פון זיינע נאכשלעפערס זענען נישט צוגעגאנגען אים מחזק זיין.
מוצש"ק האט איינער מחברי קהילתינו הק' מוחה געווען בפני רשע זה אויף די חילול ה' וואס ער ברענגט צו צו די קהילה הק' אין ב"ב,
דאן האט דער נערווען קראנקער יעקב בן ציון ווייס פון ירושלים (פלאמעניק פון יצחק ווייס פון י-ם) זיך צושפילט די נערוון און געשריגן קולות ווי כאילו ער האט היינט פארגעסן צו נעמען די רפואות זיינע.
אבער פארשטייט זיך אז מ'האט אים גלייך בארוהיגט און אהיים געשיקט.
מלוה מלכה האבן זיי שוין מורא געהאט צו קומען אין ביהמ"ד.