נאך גרויס פרעשור פון אלע זייטן אויף שעלדאן סילווער אז ער זאל מסכים זיין צו פאטאקיס פארשלאג פון געבן 500 טעקס קרעדיט א יאר פאר א קינד אין א פרייוועט סקול, האט סילווער באשלאסן ארויסצולייגן א אייגענע פארשלאג, צו געבן א 300 טעקס קרעדיט פאר יעדן קינד אין די משפחה.
די דורכשניטליכע גוי, און להבדיל מאדערנע משפחה, וועלן טאקע פארדינען דערפון, ווייל ער וועט באקומען פאר 2 קינדער 300, צוזאמען 600, שטאטס 500 פאר איין קינד, וואס זיי האבן געווענטליך נישט מער ווי איין קינד אויפאמאל אינעם סקול סיסטעם.
אבער די היימישע עולם, וואס קען האבן צען קינדער אויפאמאל אין די פרייוועט מוסד, איז עס א געוואלדיגע שאדן פער יאר, אנשטאט 5000 צו באקומען נאר 3500 און ווייניגער. פאר די סטעיט וועט סילווערס פלאן אויסקומען טייערער, ווייל סאיז דא הונדערט מאל אזויפיל גויים ווי אידן, און די אידן מאכן כמעט נישט אויס אין די בוזשעט.
פאלגט נאך די מודעות אויף די גאסן און רופט שוין אריין אין סילווערס אפיס בעטן ער זאל סטאפן די כמעט אפענע דיסקרימינעישאן קעגן היימישע אידן.