היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ביי "ויקהל" איז נישט געווען קיין ארוינים

ביי "ויקהל" איז נישט געווען קיין ארוינים

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1852469

ראדני152 » 23/3/2006 05:20

ווילי_יונג און חדשות אנש סאטמאר האט געפענט די אשכול יישר כח ס'איז מורדיג וועגן דעם לייג איך עס דא אריבער


וויאזוי ווייס איך אז ווען משה רבינו האט צוזאם גערופן גאנץ כלל ישראל זענען נאך נישט געווען קיין ארוינים אין כלל ישראל???

די ארוינים זענען אייביג ביזי אז די סאטמארער זענען נישט קיין עכטע חסידים ווייל זיי בלייבן נישט ביזן סוף פין די רב'ס דרשה... משא"כ ביי זיי בלייבט יעדער אפילו אויב עס איז דריי אזייגער פארטאגס...

דער גור ארי' פין הייליגן מהר"ל שרייבט:

פארוואס האט מען געמוזט מעלדן שמירת שבת פאר מלאכת המשכן?

עס קען נישט זיין נאר צו ווייזן אז עס איז הארבער ווייל ביי מורא אב שטייט ואת שבתותי תשמורו נאך כבוד אב און דאך לערנט מען ארויס אז עס איז נישט דוחה שבת.

זאגט ער אז משה רבינו האט מורא געהאט אז ער וועט נאר האבן געזאגט מלאכת המשכן ווען דער עולם וועט זיך צוגיין נאך פאר ער וועט האבן א געלעגענהייט צו ווארענען וועגן שמירת שבת, האט ער קודם געזאגט שמירת שבת.

13Hooper » 23/3/2006 20:12

איך ווייס נישט וועגען אהרונים, וואס איך ווייס יא אז א זאלי איז געווען דארט ביז משה רבינו האט באקימען א ציווי "הוציא את המקלל"

איך_הער » 23/3/2006 22:49

איך ווייס נישט וואס ווילי פרייט זיך אזוי און ראדני פאטשט נאך מיט אויב עפעס קען מען זיך דאס מאקסימום ארויס לערנען אז משה רבינו האט זיך גערעכענט מיט די זאלונים אויך נו דאס איז דאך נישט קיין חידוש ווי נישט ווי באשטייט דאך הלכות שבת פון אסאך פארשידענע הלכות נישט נאר עירוב ברויכן זיי דאס דאך אויך וויסן 

kj_village » 24/3/2006 04:13

אפענע ווענדוג {פין מיר } צי ראדני152

יעדער ווייסט אז ביסט א ארוני
די ווייסט אז יעדער ווייסט אז ביסט א ארוני

אפשר אנפאנג ווען מען האט געגרונדעט דעם פורום ביסטע צניץ געקימען {לויט ווי אזווי די פארשטייסט}
אבער יעטץ ביטע הער אויף, געניג געווען!
דיינע צגובות ווען די שפילסט אלץ זאלי איז זייער בארדונג, רוב מאל שלעפסטע ארויף אשכולות נאר מיט איין שורוה אן קיין תוכון ,אין עס איז נאך ערגער ווייל יעדער וויסט אז א ארוני שרייבט עס, אבער די שרייבסט ווי א זאלי

די זעלבע איז מיט לולא תורתך. שוין קענסט שוין סטאפען די געים

ראדני152 » 24/3/2006 04:29

kj יעדער ווייסט אז די ביזט א סאטמארער און די שפילסט ארויני ס'איז עקעלדיג ווייל יעדער ווייסט אז די ביסט א סאטמארער און די קומסט דא שרייבן אזוי ווי אן ארויני די פארשעמסט סאטמאר געניג איז געניג