היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נייער פורום: האלט, דא טראכט מען

נייער פורום: האלט, דא טראכט מען

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1852461

דיפלאמאט » 23/3/2006 04:32

ענדליך איז שוין דא די ערווארטעטע פורום ווי מען וועט קענען רעדן און שמועסן אין ריין תורה, הלכה, מנהג וכו' ענינים.

שוין לאנג ווי עס פילט זיך א געברויך ווי אידן זאלן קענען צוזאמקומען און פארברענגען אין אידישע ענינים, און טאקע אויף די היימישע מאמע לשון "אידיש".

א פלאץ פאר:

סתם נייעסער: חדשות אנ"ש.

סתם א שמועס: היימישע קרעטשמע.

הילף: בחדרי חרדים משפחה אידיש.

וועלטליכע ענינים: וויקפידיע.

היימישע פאליטיק: איז דא גענוג. (נאכנישט באשלאסן ווער עס האט די קאנטראל דערפון).

אבער דאס וויכטיגסטע וואס מיר ערליכע אידן אויפן נעץ האט געפעלט איז א ריין תורה'דיגער פורום.

יעצט האבן זיך צוזאמגענומען גוטע אידן און האבן ערפילט דעם חסר און דא קענט איר גיין זען א ריכטיגער ביהמ"ד אין פולן זין פון ווארט:

האלט! דא טראכט מען

דא וויל איך זיך פערזענליך באדאנקען פאר צוויי פון מיינע ידידים:

מורינו הרב 'טראכט' שליט"א, א פייערדיגער איד וואס איז מלא תוכן ויראת שמים, וואס וועט האפנטליך באשיינען דעם נייעם פורום און וועט עס בארייכערן מיט זיינע פולע ידיעות בש"ס והלכה.

און אחרון החביב מיין ידיד נפש, ר' זשובוי שליט"א, דאכט זיך גאנץ א באקאנטער איד מיט זיין לב טוב עד להפליא, וואס האט מיט זיינע קאנעקשענס באוויזן אריינצושטעלן דעם פורום אין מסורת אין געציילטע שעות, אז די אידן וואס האבן דעם ריינעם זשעי נעט זאלן זיך זעצן לערנען אנשטאט פארברענגען אין לופטיגע ענינים.



jewboy » 23/3/2006 12:47

דער עיקר זאל זיין מיט הצלחה.

ווי זאגט מען? נאך א פורום אויף די מארקעט

yeedle » 23/3/2006 19:17

איך וויל נישט זיין קיין חושד בכשרים, אבער פון דעם נאמען שמעק איך א תולדה פון פורום "עצור כאן כופרים"

אויב עס איז נישט ריכטיג זאל זיין מיט הצלחה.

סאכדעס » 29/3/2006 21:17

דער נאמען פון דעם פארום איז שוין געטוישט צו שיעור עיון, געוואלדיגע זאכן ווערן דארט אויסגעשמועסט טאג טעגליך.