היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א פארלוירענער "דזשיד"

א פארלוירענער "דזשיד"

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1851322

דיפלאמאט » 22/3/2006 07:00

און איצט איז געקומען די רייע אויפן צווייטן פון מיינע פעוואריט שרייבער וואס האט זיך ערגעץ וואו באהאלטן, און איז נעלם געווארן ווי אין וואסער אריין.

באטשי האט נישט דערהערט מיין וויי געשריי. און אויב איז ער אראפ פון נעץ איז מה טוב ומה נעים, ואשרי חלקו. אבער מיר איז ענדערש צו זאגן אז ערגעץ ווי האבן זיי געמאכט שבת פאר זיך, און זיך געעפענט א אייגן ביהמ"ד.

זשיד איז געווען מחשובי אנשי שלומינו. זיינע מאמרים טובים, געשריבן מיט א אייגנארטיגע רואיגקייט, האט זיך געליינט זייער פליסנדיג און געשמאק.

אפשר דאך געסטו אונז א ווארט צוויי. זיך אביסל מאכן וויסנדיג אין די אנגעצויגענע צייטן?

shia550 » 22/3/2006 19:43

דשיד איז באמת געווען א געלערנטער באזעצענער מאן.

אבער זעט אויס אז טאקע די סארט שרייבער ווען זיי כאפען זיך וויפיל צייט זיי פארברענגען אנליין לויפען זיי אוועק מיט א אימפעט.

יאמאמיי » 30/3/2006 01:22

איך בין אויך פין די געלערענטע וואס זענען וועגען דעם אנטלאפען ?