היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אידישע וויקפידיע האלט אויף א וועג

אידישע וויקפידיע האלט אויף א וועג

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1851319

דיפלאמאט » 22/3/2006 06:50

שטילערהייט אן קיין גרויסער טראסק און אן קיין פאמפע האבן זיך צוזאמגענומען עטליכע אינגעלייט און אריינגעלייגט שווערע ארבעט און יעצט נעמען זיי ארויס די פירות.

יעצט מעלדן זיי אז מען האלט שוין ביים טויזנטסטן ארטיקל. דאס הייסט א דערגרייכונג.

איך קען זיך ווייניג אויס מיט דעם אידישן, אבער אויב וועלן זיי צושטעלן דאס זעלבע ווי דער ענגלישער איז עס ווערט אלע געלטער.

איך ווארט צו הערן פון עולם מער אינפא דערוועגן. דא איז דא  א לינק:

http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7%A8%D7%A9%D7%98%D7%A2_%D7%96%D7%B2%D6%B7%D7%98

קרעמער » 22/3/2006 06:53

דיפלאמאט;

איך זיץ פערצופאל יעצט אויף וועקי-פידיע, און איך הייב נישט אן כאפן בחייכון וביומיכון מאי דקאמר רעבעצין, אדרבה, אפשר העלפסטו מיר ארויס כאפן דעם פארטל.

דיפלאמאט » 22/3/2006 16:15

איך שרייב אויך אז איך קען זיך ווייניג אויס דערמיט, אבער איך האף אז דו וועסט אין די ענדע כאפן דאס פארטל, און עס בארייכערן מיט דיינע געוואלדיגע ידיעות.

ווען איך פלעג ליינען דאס ענגלישן און פון צייט געגעבן א בליק אריין אין דעם אמאליגן אידישן וויקפידיע, וואס די ווערטער האט נישט געקלעבט איינס אין צווייטן, האב איך אלס געהאפט אז עס וועלן זיין אביסל היימישע אידן וואס וועלן זיך אביסל אפגעבן דערמיט און ב"ה לא אלמן בישראל.

עס איז צו האפן אז עס וועט נישט שטיין בלייבן דא, און עס איז נאך דא א געוואלד מיט ארבעט, וואס ווארט נאך צו פארענדיגט ווערן, אבער דאס קען זיין נאר מיט אייער הילף.

shia550 » 22/3/2006 19:38

די צרה מיט וויקיפידיע איז אז איינער קען שרייבען א גאנצע מגילה אין מארגען קומט א צווייטער אין מעקט עס אויס אין שרייבט זיין בויך-ווייטיג.

shia550 » 24/3/2006 22:34

באקומען פון א ניק "זעמל"



יישכ פארן זאגן אפען און גראב וואס באדערט
נושא מחבר
נשלח ב - 17:22     24/3/2006
דיך מיטן וויקיפעדיע, אז דיינע געשרייבאכצער ווערן געמעקט און אנדערן'ס דעה וואס דו האלטסט עס פאר בויך קרעמפן ווערט יא געדולדעט.

טאקע דאס איז דער גאנצער ציל מעלה און מיסיע פון וויקיפעדיע ברענגן פרייהייט צו די אידישע שרייבער און איר עס ארויסנעמען פון ענקערע קאמיניסטישע הייד פארק געפיראכצער.

דו באהאלט דיך ווייטער אין דעם פארמאכטן הערמעטיש פארשלאסן תפיסה חדשות אנש. און ווען דו וועסט נאמאר מורא האבן אז אן אנדערער קען פארעכטן דיינע בייעסעס ביסטו העפליך געלאדענט צו וויקיפעדיע. איך בין א מנהל דארטן און איך וועל שור מאכן אז קיינער מעקט נישט קיין אמת פון דיינע ווערטער, און אויך אז דו זאלסט נישט מעקן קיין אנדערן'ס ווערטער ווייל עס איז לויט דיר בויך קרעמפן.

קיינער האט נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט וואס איז וויקעפעדיע ווי דיין אוטבוירסט א דאנק


יאגעלע » 26/3/2006 02:51

קרעמער האט גוט אנגערופן דעם "וועקאו" מיט זיין וועקי פידיע. דא קען מען פונקטלעך זען וואס פאר א סייקאו דער איז.

ישר כח שיע פאר לייגן זיין תגובה צו דיר.

מיר וועלן אלע דא בלייבן און לאזן דעם שוטה דארט ביי וועקי אויסמעקן יעדע תגובה וואס אים שמעקט נישט און מיט איין שמייס אפווישן סחורה וואס מען האט אריינגעארבעט שעה'ן.

נבוכדנאצר » 26/3/2006 21:12

די צרה מיט די אידישע וויקיפידיע איז, אז וואו מען קען - אויך וואו מען קען נישט - לייגט ער אריין באגריפן פון פרויען, ליבע און געשלעכט, עס ווערט אפט גענוצט דער געמיינער אלגעמיינער אויסדרוק אויף אינטימע פארבינדונגען, וואס צוליב הרחק מן הכיעור וועל איך עס נישט דערמאנען. דער רעדאקטאר מאכט זיכער אז צווישן די טעגליכע הויפט-נייעס אויפן פאדערשטן בלעטל זאל ערשיינען כאטש איין נייעס איבער באלעסטיגטע מיידלעך, ליבע אדער געשלעכט.

אין צוגאב צו דעם אלעם, טראגט עס כלל נישט קיין צורה פון קיין אינציקלאפעדיע. די אידיש איז דריטע קלאס. עס דערקענט זיך א טיפע האס צו ערליכע אידישקייט. די משמרת הצניעות פארדינט זיך א גאנצן ארטיקל מיט באזונדערע לינקס צו די נעמען פון אירע אנפירער. ווארשיינליך זענען די אינציקלאפעדיע שרייבער געווען - אדער זענען - פאציענטן פון דעם ועד.

איך האב ב"ה Jnet, קומט מיר אפט ארויף דער מעסעדזש:

Address: "http://yi.wikipedia.org/wiki/סעקס"
Blocking reason: "The Jnet category Sex is filtered."
You are under filter: "Level3"


עפשטיין » 26/3/2006 23:02

יעדער גאנצער פלאץ איז עפעס אזוי אומבטעמט.

עס שמעקט פון דעם אבישי וואס פלעגט האבען א שמוציגער בלאג.

לאוולי » 28/3/2006 20:39

פון וועם רעט מען דא? פון דעם משוגענעם אבישי?

איך בין אמאל געווען טויט גוט מיט אים, פארברענגט צוזאמען, ארויסגעגאנגען ביינאזאם, און ער איז געווען זיס. אבער אויף איין טאג איז ער מיר געווארן אזא שונא אז ער וואלט מיר ממית געווען אן קיין שום סיבה. קיינער ווייסט נישט פארוואס. אזוי איז עס מיט דעם לעכעריגן טיפוש.

א איד וואס האט פיינט אלעמען, און דעם באשעפער בראש. יעדן טאג טוישט ער מיינד. אמאל האט ער געהאט הונדערטער בלאגס, מיט טויזנטע נעמען. מען געדענקט אים נאך גוט, ווען ער האט פארפירט מיט זיין פארשטונקן פארום "די אידישע וועלט" ווי ער איז געווען די איינציגסטע שרייבער מיט א מיליאן ניקס.

יעצט האט ער גענומען שרייבן וויקפידיע, און גראד איז ער געווארן ביזי מיט פרויען ווי זיין שטייגער איז אלעמאל געווען. באט קוים אנגגעהויבן און ער האט שוין געטוישט און איז צוריק אויף היידפארק. אזוי גייט עס נעבעך מיט אים, אז זיין שלום בית פראבלעמען גרעבצט ער ארויס הויך דא אויף אלע פארעםס, ווענד זיך לויט וויאזוי זיין ווייב האט אים אויפגערעגט, אויב ער האט בכלל.

מען בעט דער עולם זאל שטארק מתפלל זיין אויף דעם יאצמעך, ווייל באלד איז שויןצו שפעט.

יאמאמיי » 30/3/2006 00:28

אינטערעסאנט אז עצור כאן חושבים ואס דאף מיינען נארמאלע מענטשען ארבעטען ציזאמען מיט דעם קראנקען משיגענעם אבער איך מיין אז נישט צי לאנג אין זיי וועלען באמערקען מיט וועלעכע מטירף זיי האבען צי טין און עם שיקען ווייטער ציריק צי זיין וויקפידיע תוקן על ידי - יאמאמיי - 30/03/2006 0:30:15

APPLE » 30/3/2006 19:05

איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין עצור כאן כופרים.

וויקיעפידיע איז א מוראדיגער אינטערסאנטער פלאץ, אבער אויף אידיש איז עס ממש גארביטש.

געשריבען דורך נישט געלערנטע מענטשען, וואס פארמאגען אפילו נישט קיין שפראך.

jewboy » 30/3/2006 21:32

דא קען מען ליינען נאך איבער די יידישע וויקי'ס

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1861377 

לאוולי » 31/3/2006 01:12

מען קען נאך אריינכאפן דערווייל און גיין צום לינק וואס JEWBOY האט צוגעברענגט.

עס זעט אויס אז דער אבישי האט געהאט עפעס א השפעה און מיט זיין געשליפען צונגעל צוגערעדט די מנהלי הקרעטשמע זיי זאלן זיך אננעמען פאר אים.

גייט אהין און זייט מוחה פאר דעם חילול ה' וואס מען וויל אז די שרייבער וואס ווייסן זיינע אינערליכע מעשים טובים זאלן בלייבן שטיל.

עס טאר נישט פאסירן. אזא געמיינעם איד מוז מען אויסראטן באצייטנס. ווילאנג ס'איז נישט שפעט. ווילאנג עס איז נאך דא א איד וואס קען אים נישט, און איז נאכנישט מושפע געווארן פון זיין מיאוס'ע גוי'אישע פעדער.

ווייזט ארויס אז עס איז נאך דא ערליכע אידן וואס ווייסן פון דעם התבדלות הרשעים.

טובעין » 31/3/2006 01:24

לאוולי

על מה יצא הקצף?

איך האב געליינט זיינע מעשיות, גלייב מיר קיינער גייט נישט נשפע ווערן פון זיין שמוץ, סך הכל וועט אפשר איינער רחמנות האבען אויף אים.

ער זעט נישט אויס צו זיין מיט אלעמען.

קרינסקי » 31/3/2006 01:42

so much for his knowledge

האיש לא יודע בין ימינו לשמאלו.

ליינט אין האט הנאה.


http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A8%D7%91%D7%99_%D7%99%D7%95%D7%A1%D7%A3_%D7%99%D7%A6%D7%97%D7%A7_%D7%A9%D7%A0%D7%99%D7%90%D7%95%D7%A8%D7%A1%D7%90%D7%94%D7%9F

קרינסקי » 31/3/2006 02:42

whops

ביז אפאר מינוט פון מיין תגובה האט יענער שרייבער ארויסגענומען דעם ניי געבוירענען איידעם פון ריי"ץ וואס ער האט א נאמען געגעבן שם-טוב.

שם_אחר » 6/9/2006 17:19

איך קוק זיך אזוי ארום היינט אויף וויקעפעדיע, צו מיין וואונדער זעה איך אז דער אבישי האט זיך אפגעטראגן פון דארט נאכן אטאקירן חסידישע באנוצער. לכאורה איז צו ערווארטן א פרישע בלאג אדער פארום אין די קומענדיגע טעג. עס בלייבט איבער צו זען וויאזוי עס וועט זיך יעצט אויסארבעטן די וויקעפידיע. כאפט א בליק אין דעם חסידישן הייד פארק באנוצער וואס האט ארויסגעזרקט אבישי מיט אלע זיינע ניקס: http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%90%D6%B7%D7%A0%D7%99%D7%A6%D7%A2%D7%A8:%D7%90%D7%9C%D7%96%D7%95%D7%96

tzvibp28 » 6/9/2006 18:22

קרינסקי

איך זעה נישט די פראבלעם מיט די לינק וואס דו ברענגסט

ער האט נישט געשריבען וועגן די אנדערע איידעמער?

משוגענער » 7/9/2006 00:09

אבישי ארויף אבישי אראפ, דער פראבלעם איז כלל נישט דער אבישי נאר פשוט אז דער וויקי אין אידיש איז אן עקל און א גרויל, אנגעפירט דורך אפאר אויסוואורפן וועלכע האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגען טאג. עס איז גארנישט, און עס וועט דערפון גארנישט ווערן.

איך וועל נאכקאפירן וואס איך האב געשריבען אין א צווייט פלאץ:
איי, עס איז געוואלדיג דער פלאץ דארט. מען שלאגט זיך דארט ארום ווי קליינע קינדער אז עס גייט א רויך. איינער זאגט א ווארט, זאגט דער צווייטער פארקערט. עס פליט דארט פעטש פון רעכטס און פון לינקס. עס קומט מיר צו לאכן יעדעס מאל וואס איך גיי אהין זיך אביסל אונטערהאלטן מיט די ליצנות געמיטער וואס הערשט דארט אויף א גרויס פארנעם.

איך האב בעיקר הנאה צו זעהן די פאר משוגעים וואס חלומ'ען דעם שיינעם חלום פון ככל הגויים בית ישראל, אז דער אידישע וויקיפידיע וועט ביום מן הימים זיין אן ערנסטע נוצבארע זאך. זיי זעהען נישט וואס עס גייט פאר? זיי זענען אינגאנצן בלינד? מען ברויך זיי אוועקשטעלן פאר א סטאדע כהנים, און זאלן זיי אפזאגען דעם "חלום חלמתי ואיני יודע מה הוא" מיט אן ערנסטקייט, וועט זיך דער בייזער טייוול פון זיי אפטאן...

א כפרה אפאר ארבעטסלאזע יונגאטשען... תוקן על ידי - משוגענער - 07/09/2006 0:16:00

דיפלאמאט » 7/9/2006 06:18

שם אחר,

יישר כוח פארן צוברענגען דעם לינק, און לאמיר טאקע ווארטן און זען וואס עס גייט זיך דארט אויסשאקלען מיט דעם נייעם ווינט וואס דער זייטל האט צובאקומען כבוד הרב אלזוז, וואס האט א פיינעם פעדער און תוכנ'דיגער שריפט.

משוגענער,

הייסט עס אז דו אפגעמאכט א באשלוס אז עס גייט פון דעם גארנישט ווערן?

פארשטייט זיך אז עס איז נישטא די צאל באטייליגער וואס וועלן עס קענען שטעלן אין זעלבן רייע ווי דער ענגלישער וויקפידיע אבער עס האט שטארקע אויסזיכטן אז אויב וועלן זיך אפי' עטליכע פון די היידפארק שרייבער אהינציען און האבן א אינטערעסע עס אויפצובויען אז עס זאל האבן א סוקסעס.

לאמיר האפן און ארבעטן דערפאר.

(באמערקונג: עס איז דא א מעגליכקייט אהינצוגיין מיט פרישע ניקים[בילד – נישט אפגעהיט])

משוגענער » 7/9/2006 23:08

Another dreamer...

שושנת_יעקב » 9/9/2006 01:44

נאכן בודק זיין בין איך אויך געקומען צו די מסקנא אז דער אידישער וויקיפעדיע דארף א גרויסע תיקון, ס'איז קינדעריש, נאריש, אומפראפעסיאנעל, איינזייטיג, בקיצור שלימזל מיט עסיג....

מ'דארף נעמן די זאך אין די האנט אריין אז נישט וועט עס קיין פנים נישט האבן...

משוגענער » 10/9/2006 13:31

שושנת,
איך האב געמיינט אז די ביסט קלוגער ווי דעם. עס פאסט באמת נישט פאר דיין חכמה.

שושנת_יעקב » 10/9/2006 17:58

משוגענער,

דהיינו?

איןבעיה » 10/9/2006 19:52

שושנת, דער אבישי ברענגט אראפ דיינע טענות אויפן שער בלעטעל היינט.........

http://yi.wikipedia.org/wiki/ערשטע_זײַט תוקן על ידי - איןבעיה - 10/09/2006 19:56:24

משוגענער » 11/9/2006 00:10

דהיינו? דער אידישער וועקי ווערט געשריבען דורך א הייפעלע ארבעטסלאזע משוגעים וועלכע האבן נישט וואס צוטאן מיטן ליידיגען טאג ותו לא. מאך דיך נישט נאריש און חלום נישט הויך אז עס וועט אמאל עפעס ווערן דערפון.

זאג מיר איין סיבה פארוואס צו שרייבען אויף וויקיפידיע.

תוקן על ידי - משוגענער - 11/09/2006 0:20:03