פלוצימדיגער שלום געיעג
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1850005
איינער קען מיר אפשר מסביר זיין וואס עס איז פלוצלונג געשען, אז פון אלע זייטן האט מען מיטאמאל אנגעהויבן רודפ'ן די אהרונים אז מען זאל מאכן א "שלום" ?!
אנגעהויבן מיט די "פשרה" פארשלאג פון שאול פערלשטיין, וואו ער מעלדט אז ער איז גרייט נאכצוקומען אונזער אלטן פארלאנג פון צוטיילן לויט פראצענט [כאטש וואס די טערמינען זענען פארט נישט געווען קיין נארמאלע, איז עס פארט א נייער שפראך].
נאכגעפאלגט מיט א טעלעפאן קאל פון ר' אברהם לייטנער צו ר' אלישע הורוויץ.
יעצט הער איך אז עס מבול'ט ממש מיט פארשלאגן פון האראדענקא, פון ר' טורדוס זילבער, און נאך און נאך, וועלכע זענען אלע אויפאמאל געווארן אויסערגעווענליכע "רודפי שלום"...
איז אראפגעקומען דעם ר"ח אדר עפעס א גייסט פון שלום אויף דער וועלט ?! באדייט דאס אז עס דערנענטערן זיך די ימות המשיח ?!
מיר קוקט אויס אז דער גאנצער עסק פון "אסיפת הסברה" "בקש שלום" ר' זלמן'ס תורה זאגן חמשה עשר בשבט (דער רבי זי"ע האט דעמאלטס יא געזאגט תורה?? איך כאפ מיך ס'איז נישט געווען קיין תורה ער האט נאר געבעטן מען זאל איבערדרוקן אן אלטן ספר [בילד – נישט אפגעהיט]) איז צו האלטן דעם עולם וואס ער האט נאך יעצט, זיי זאלן וועלן מיטקומען אין "ברכה סימא". (חזר'טס אייך גוט איין דעם נאמען "ברכה סימא זאל" ווייל ביז אפאר חדשים וועט דאס זיין היסטוריא..)
דאס גאנצע "שלום פעקל" איז צו ווייזן "קוק אן ווי אומשולדיג איך בין, מיין טאטע האט נישט געוואלט גיין צו קיין שמחות נאר ווייל דער קרית יואל'ער רב שליט"א וויל נישט קיין שלום".
ר' זלמן, איך גיי דיך נישט שוינען ווען דו גייסט פליען, איך שוין דיך שוין יעצט [בילד – נישט אפגעהיט]
דיין רחמנות בליקן, און דיינע תחנונים יענעם זונטאג, איז אין די אויגן פון יעדעם באטראכט געווארן "נישט" ווי אן אומשולדיגן, "נאר" ווי א גנב פארן הענגן.
דיינע פאר יאר האט געוויזן אז קרית יואל'ער רב איז נישט אזוי שולדיג אין זיינע (א.ג.) מעשים דאס איז נאר געשען ווייל ער איז אויפגעצויגן געווארן אין איין שטוב צוזאמען מיט דיר [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
איך עפעס אז חיים לאקס דער תורה וגדולה במקום אחד וויל עפעס אויך שלום..
ווייסט איינער מער???
איך האלט אז אויב א רב אדער עסקן אדער סיי ווער אימער עס האט אביסעלע POWER, וויל באמת אויפטון פאר אידישקייט זאל יעצט מאכן שלום אין סאטמאר, יעצט איז די בעסטע שעת הכושר, סיז יעצט א זמן ווי ביידע צדדים זענען נישט זיכער מיט זיך ביידע קענען אט אט פארלירן אלעס, די זאליס דורך שאול פערלשטיין האבן צום ערשטן מאל געשיקט א וואונק אז זיי ווילן פארהאנדלען, ער האט געזאגט בזה הלשון "אונז וועל מיר זיך צושטעלן און זיי געבן סך בעסער אין שענער ווי זיי שטעלן זיך פאר", איך האלט אז הגיע הזמן אז דאס עקשנות פון ביידע צדדים זאלן זיך ענדיגן אין מ'זאל מאכן אביסעלע פיינפולע קאנסעציעס.
איך האב א מעכטיגע פלאן, אפשר וועט עס אנקומען צו די רייט עדרעס.
1. ראדני סט., קליימער, אברכים, זאליס
2. ביהמ"ד ראסס, קינגס טערעס - אהרונים
3. בית רבינו מוז זיין גענצליך נייטראל, אריינשטעלן גבאים פון ביידע צדדים.
4. UTA אלעס פאר זאליס אויסער איין בנין. (ויואל משה אדער עטרת אברהם)
5. ביה"ח קאמפלעט נייטראלע שותפות.
6. זאליס באקומען א בנין אין קרית יואל.
7. זאליס מוזן אנערקענען ר' אהרן אלס מרא דאתרא פון קרית יואל.
8. וומ"ס רבנות איז נישט שייך "מרא דאתרא" - ווייל יעדער גייט זיך גיין זיין וועג. פונקט ווי סיז דא פאפא, וויען, וויזניץ, וועט זיין סאטמאר אהרונים און סאטמאר זאליס.
9. די נאמען "קהל יטב לב" זאל ווערן צוויי באזונדערע קאנגרעגעישנס מיט באזונדערע נעמען.
10. ביידע צדדים מוזן זיך מחייב זיין צו אויפהערן פירן אפציעלע מלחמות און באשמוצן איינע דעם אנדערען.
11. טאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא!!!! משיח איז דא!!!
מקוה איד
אויף וועמענס חשבון ביסטע אזא גיטער מיט UTA?????
פארוואס פאר די זאליס אלעס?????
בכלל פארוואס קליימער אין אבריכים ביידע פאר די זאליס??????????
עפעס שטימט נישט מיט דיין חשבון, ווייל די ארונים זענענן רוב
מילט קימט זיך פאר זיי כאטש האלב
בכלל, זענענן די ארונים יעצט {לדעתי..} ידם על העליונה, מילא קימט זיך זיי א בעסערע דיל
זאג דו, וואס ביסטו "יא" גרייט צו קאנסידן למען השלום, פארשטייט זיך רעאליסטיק וואס די אנדערע צד זאל ערענסט נעמען אין באטראכט
באללמד
איך זע נישט זייער רצון פאר שלום בכלל.
ער וויל דער רב זאל אוועקגעבען בנינים אין קרית יואל ווי ער איז מרא דאתרא שוין צוואנציג יאר פאר זיינע שונאים?
ער מיינט דאך נישט אז מיר זענען בהמות.
ער וויל בסך הכל אז ווען ער וועט וויינען דין תורה נאך זיין הפסד אין קאורט זאל מען אים נישט קענען זאגען ביסט א מסרב ואין נזקקין לך.
מקוה איד.
ביזט גערעכט אז עס איז נישטא קיין בעסערע צייט ווען צו מאכן שלום, נאר אין א צייט ווען זאכן זענען פארנעפלט אויף ביידע זייטן, אבער וויפיל איך האב פרובירט האב איך בשום אופן נישט געקענט דערגיין אויף וועלכן באזיס דו האסט פארגעשלאגן דיין טערמינען.
שאול פערלשטיין האט ארויסגעברענגט זייער א גוטן געדאנק, וואס איז אייגנטליך געגנב'עט פון די אהרונים נאך מיט פינף יאר צוריק, אז מ'זאל מאכן וואלן און צוטיילן די קהילה לויט פראצענט. דער פראבלעם איז נאר אז ער האט אפן געלאזט די - צענטראלע - פראגע איבער ווער עס איז בארעכטיגט צו שטימען, וואס איז די נקודת היסוד אין די מלחמה.
אבער ווען עס קומט צו די מוסדות, איז די פראגע געלעזט מעיקרא, שטימען קען נאר דער וואס האט א קינד אינעם מוסד, העכסטנס וועט מען אפשר אויך רעכענען דעם וואס האט געהאלטן אלע זיינע קינדער אין דעם מוסד, און אזוי זאל מען צוטיילן לויט די פראצענטן.
אין קרית יואל וואו אסאך זאליס האבן זיך געעפנט באזונדערע מוסדות ברויכן זיי - לדעתי - נישט באקומען קיין שטים רעכט, אפילו שאול פערלשטיין האט בשעתו געזאגט אז דאס מיינט נישט אז זיי געבן אויף זייערע רעכטן, איז עס אבער אין מציאות דירעקט יא אויפגעגעבן די רעכטן, ואם כן אין לדבר סוף.
אבער דאס איז אמאל זיכער אז אין וויליאמסבורג ברויך מען זיכער מאכן וואלן, און זיך צוטיילן לויט פראצענט, וואס איז בלי שום ספק פיל מער ווי איין בנין.
מעגליך אז עלטערן פון מערערע קינדער דארפן האבן א גרעסערן שטים רעכט.
אדרבא, זאג דו, לויטן חשבון האבן די אהרונים אין וויליאמסבורג [אן די ישיבות, וואס עלטערן פון בחורים וואס זענען ארויס פון 82 דארפן טאקע נישט זיין בארעכטיגט צו וועלן] מינימום 4 טויזנט קינדער בליעה"ר, וואו וועט מען פלאצירן די אלע קינדער ?! אין ברכה סימא - דער גרעסטער בנין וואס א מוסד פארמאגט אין דער וועלט ! - איז שוין לאנגע יארן נישטא קיין פלאץ זיך צו רירן. דאס זעלבע מיט אלע אנדערע בנינים, וויאזוי קלערסטו זאלן די אהרונים זיך פלאצירן דאס אלעס אין ויואל משה אדער עטרת יואל ?!
מקוה איד,
כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות,
איך האלט אויך אז יעצט איז די צייט פאר א שלום,
אבער איך בין אינגאנצן מחולק מיט דיין פלאן,
דיין פלאן איז גארנישט אזוי מעכטיג,
אפשר אמאל וואלט עס געמאכט סענדס,
(און דאס איז אויך א גרויסער "אפשר")
BUT NOT ANYMORE,
דאס איז מיין "מעכטיגער" פלאן,
עקשעלי, איך האב צוויי פלענער,
PLAN A און PLAN B.
PLAN A,
מען זאל צוריק גיין צו בעפאר תשנ"ט,
(נאר מיט די גוטע זאכן)
דאס הייסט ר' זלמן לייב זאל צוריק גיין קיין בארא פארק,
רבי אהרן וועט ווייטער זיין קרית יואל'ער רב און ראש הישיבה,
און דער רבי זאל "צוריק" ווערן רבי...
בני יואל זאל ווייטער זיין...
ר' אברהם לייטנער זאל צוריק ווערן...
און מען דארף "יא" לאזן מאכן די תשנ"ט וואלן מיט די 3 ליסטעס.
ניין, (איך האב געוויסט אז דו גייסט דאס פרעגן...)
מען טאר "נישט" שלאגן קיינעם,
מען טאר "נישט" פארברענען ילד שעשועים,
און מען טאר "נישט" קיינעם ארויס טראגן פון די מקוה נאקעטערהייט...
(פארפאלן משה גבאי וועט מוזן מסכים זיין צו דעם...)
PLAN B,
1. ראדני סט., ביהמ"ד ראסס, קינגס טערעס, קליימער - אהרונים
2. זופניק אברכים, מירטל, סאוט 8, זאליס
3. בית רבינו מוז זיין גענצליך נייטראל, אריינשטעלן גבאים פון ביידע צדדים.
4. UTA אלעס פאר אהרונים אויסער איין בנין. (ויואל משה אדער עטרת אברהם)
5. ביה"ח פאר קאמפלעט נייטראלע שותפות.
6. זאליס באקומען א בנין אין קרית יואל פון די בנינים ווי רבי אהרן האט "נישט" קיין דריסת הרגל.
7. זאליס מוזן אנערקענען ר' אהרן אלס מרא דאתרא פון קרית יואל.
8. וומ"ס רבנות איז נישט שייך "מרא דאתרא" - ווייל יעדער גייט זיך גיין זיין וועג. פונקט ווי סיז דא פאפא, וויען, וויזניץ, וועט זיין סאטמאר אהרונים און סיגוט זאליס.
9. עס זאל ווערן צוויי באזונדערע קאנגרעגעישנס מיט באזונדערע נעמען.
די נאמען "קהל יטב לב" פאר איינעם, און א צווייטן נאמען (דברי יואל אדער ויואל משה וכו')
פאר דעם צווייטן.
10. ביידע צדדים מוזן זיך מחייב זיין צו אויפהערן פירן אפציעלע מלחמות און באשמוצן איינע דעם אנדערען.
11. טאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא!!!! משיח איז דא!!!
מענדל.
ביי אידן איז נישטא אזא טערמין ווי "סטעטשו אוו לימיטעישאנ'ס". עס איז נאר דא א דין פון חזקה און מחאה, וואס דוכט זיך אז עס איז נישט במציאות קיין גרעסערע מחאה ווי דאס וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל די פארלאפענע 20 יאר [גערעכט צו נישט, מחאה איז עס געווען].
נאר וואס דען, דא קומט לגמרי נישט אריין דער דין פון מחאה, פאקטיש האט רוב ציבור מקבל מרות געווען פון רבינו שליט"א בלי שום חולק, און אפילו ביים רב שליט"א איז עס געווען נישט מער ווי א וויסטע העצע פון אפאר גרויסע מויל מאכער, וואס דער מציאות האט שוין מערערע מאל איבערצייגט אז זיי זענען מאקסימום 40 פראצענט פונעם שטעטל.
אין די הלכות פון א ציבור און קהילה איז דער מיעוט געצווינגען צו גיין נאכן רוב, און במילא איז דער גאנצער צוטיילן לויט פראצענט בכלל נישט רעלעוואנט אין הלכה'דיגע טערמינען, נאר ווען עס איז די רעדע פון מאכן א פשרה, וואס דאן שטעלט זיך די הלכה אין דער זייט און לאגיק נעמט איבער די פירנדע ראלע.
לאגיק, צב"ש, פארלאנגט אז בני יואל וואס האט זיך גענצליך אויסגעשלאסן האט נישט וואס אריינצורעדן.
לאגיק, פארלאנגט אז ווער עס האט שוין ארויסגענומען זיינע קינדער פון די מוסדות - סיי אין קרית יואל, סיי אין וויליאמסבורג - האט מער נישט קיין טענה ותביעה צו די מוסדות, און ער זאל געזונטערהייט גיין דארט וואו עס איז אים געפעלן.
לאגיק פארלאנגט נאך פילע פרטים וועלכע עס איז א שאד אויסצושמועסן, ווייל דער גאנצער שמועס איז פטפוטי דברים בעלמא דען עס זעט זיך נישט אויפן האריזאנט קיין ערנסטע שלום פלענער פארן נאנטן צוקונפט, ווי לאנג איין צד האט נישט באפעסטיגט זיין לעגאלע אחיזה אויף די בנינים.
יענקעלע, האסט מיר דערמאנט א וויכטיגער פרט.
מקוה, אפשר ביזטו מיר מסביר וויאזוי דער נאמען "קהל יטב לב" ווערט צוטיילט ?!
ווי איז מעגליך אין דער וועלט צוויי קהילות מיט איין נאמען ?!
חוץ אויב דו האסט געמיינט אז איינס וועט הייסן "קהל יטב לב ד'סאטמאר", און די צווייטע "קהל יטב לב ד'ארשיווע", אבער אויב אזוי, מה הועילו חכמים בתקנתם ?! איז דאך די מחלוקה צוריק צום א' ?!
גראדע אין דעם פרט דארט מען זיין ריאליסטיש.
עס איז נישט דא קיין מעגלייכקייט אז די זאליס גייען זיך נישט רופען סאטמאר, בסך הכל קען מען פארהאנדלען אויף קהל ייטב לב אין דער אנדערער קהל ויואל משה. אזוי ווי אין קרית יואל.
סאטמאר לדאבוני וועט שוין אייביג זיין צוויי.
בא_ללמד,
האסט שוין געהערט די שפריכווארט "אל תהיה צודק היה חכם"?
זיי נישט גערעכט, זיי ענדערש קלוג.
טראכט נישט וואס איז גערעכט, טראכט וואס איז די מערסטע רעאליסטיש זאל צושטאנד קומען מיט די מינימאלע קאנצעסיעס, וואס זאל דיך שטעלן אין א גוטע פאזיציע.
דו האסט א גוטע פוינט אז אויב מ'רעדט פון וואלן איז דער עיקר מי ומי ההולכים, ווען ביידע צדדים שרייען "יחידים המשתלטים על הציבור" זענען לכאורה ביידע גערעכט, ביידע רעדן אבער פון אנדערע יחידים און פון אנדערע ציבורים, ווען שאול פ"ש האט געזאגט אז ער האט רוב "ציבור", רעדט ער פון גענצליך אן אנדערן ציבור ווי פון וואס די אהרונים רעדן, די מיליאן דאלאר שאלה איז:
ווער האט די לעגיטימע ציבור????
דאס איז דער דעד-לאק!!! און דאס איז די סיבה פארוואס איך האלט אז די פארשלאג פון "וואלן" וועט זיך נישט אויסארבעטן.
איך האלט אז אויב מיר האב מיר די ביהמ"ד אויף ראסס מיט די נאך גציילטע בנינים זעמיר אין א גענוג רעספעקטפולע פאזיציע.
דער עיקר פארשטייט זיך אז בית רבינו מוז זיין גענצליך נייטראל, דאס איז א זאך וואס מ'טאר נישט נאכגעבן קיין אינטש.
לויט מיין סטראטעגיע...
וועט זיך צוטיילן נישט ברענגען קיין שום שלום
און יעדע זאך וואס איין צד וועט וועלן טון עפעס וועט ווערן מחלוקת (למשל וואלן און קר"י פאר מעיאר)
און מען וועט נישט קענען אויפוהן קיין איין זאך ווען עס איז דא צוויי זייטן
די איינציגסטע שלום פלאן (וואס קוקט נישט אויס אין די וועלט עס זאל מעגליך זיין...) אז דער ר' אהרן זאלן ווערן רב הצעיר און ר' זלמן רב און וומס און סאטמאר זאל צוריקבעקן צו תשנ"ח סיון (געדענקסט כ' סיון קרן הצלה , חתונה מיט גאבד ירושלים ז"ל ?)
אבער עס איז נישט מעגליך
חוץ אויב משה גבאי און ליפא איז מסכים זיך צו בייגן אונטער ר' אהרן
און פארגעסן די אלע אהבה מוסתרת מיט זייער עכטע שנאה גלוי'ה צום רבין זאלן זיך גיין צוריק צו בני יואל, שארמאש, קאשוי,מונקאטש, אברהם לייטנער,ETC
און אנדערע ווערטער מיינט דעיס שלום
זיך צוטיילן מיינט נישט קיין שלום עס מיינט אפשר שטילשטאנד, אראפ לייגן געווער
סיון תש"ס איז שוין געווען עפעס אזא רעדע פון שלום אבער.......
תוקן על ידי - קארל_ראוו - 21/03/2006 23:02:53
תוקן על ידי - קארל_ראוו - 21/03/2006 23:08:37
שלום מיינט דעיס
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז אויך נישט קיין שלום. פארוואס בלייבן די ארונים מיט איינעם אין די זאלונים מיט צוויי?...
מקוה איד
איך האב נישט געכאפט אז דו מיינסט ערענסט,
קיק מיר אריין אין די אויגן, און זאג מיר אז עס קען זיין א שלום,
מקוה, איך האב עכט געמיינט אז דו ביסט קלוגער,
עס קען נישט און עס וועט נישט זיין קיין שלום,
ביז....
איין צד וועט זיכער זיין אז אויב נישט קיין שלום וועט ער "אלעס" פארלירן,
און דאן וועט ער פרובירן צו ראטעווען וואס ער קען,
לעת עתה האלט נאך קיין איין צד נישט ביי דעם,
און ביז ביידע צדדים קלערן נאך צו געווינען,
קען קיין שלום נישט זיין,
מקוה, פארגעס נישט, די צדדים האבן זיך נישט ליב, (איידל גערעדט),
און יעדער האלט אז דער צד השני האט עם אפגענארט,
און אז ער איז דער וואס 100% גערעכט,
נו, פארוואס זאל ער מוותר זיין?,
יא, ער וועט גרייט זיין "עפעס" מוותר זיין, למען השלום,
און למען הפערסעפשאן, מען זאל מיינען אז ער וויל באמת השלום,
אבער NOTHING MAJOR,
למשל, דרייניץ פארשטייט, אז אויב איז מען דן וועגן ירושלים,
דארף מען דן זיין אויך אויף אנטווערפן, (ALL RIGHT, IT MAKES SENSE)
אבער מען זאל דן זיין אויף מאנסי, דאס פארשטייט ער לגמרי נישט,
ער טענה'עט, אז אויב האט מען א טענה אויף ר' חיים יושע'עס רבנות
זאל מען עם רופן צו דין תורה,
איי, פארוואס פארשטייט ער אז אויף קרית יואל רבנות דארף מען יא דן זיין,
אן צושיקן א הזמנה לדין תורה צו רבי אהרן?
כאטשיג, אויף ר' זלמן לייב'ס רבנות האט זיך תיכף אנגעהויבן א טענה,
און תיכף געשיקט הזמנות לדין תורה,
און רבי אהרן'ס רבנות האלט מען שוין 15 יאר לאחר המעשה,
פשוט, ווען מען קריגט זיך, איז מען נישט ריאליסטיש,
און אז מען איז נישט ריאליסטיש, קען קיין שלום נישט זיין !!!!!
ענק רעדן נארישקייטן, סגייט קיינמאל אין די וועלט נישט זיין קיין שלום!
אפשר וועלן די צוויי ברודערס שלום מאכן, אבער די זאליס און בני יואל וועלן נעווער נעווער נעווער איינגיין אויף א שלום, אין די ערגסטע פאל וועלן זיי אינגאנצן איבערלאזן זאלי און גיין צוריק צו לייטנער און קאשוי ETC.
די מענטשן זענען להשמיד ולהרוג אויפן רב, זיי זאגן כלאמפערשט אז ער איז א קליפה מיט ווייסעך וואס נאך, און דעס איז ביי זיי א גרין לייט שופך דם צו זיין נאן סטאפ פאר טויזנטער מענטשן, מוועט פון זיי קיינמאל קיינמאל קיינמאל נישט פטור ווערן.
אלע איבריגע פלענער זענען פוסטע חלומות און דמיונות.
איך זעה שוין אז סאטמאר האט א 98% טשענס אויף די אפיעל קארט
ווייל איך זעה דא די ארוינים רעדן דא א גאנצע טאג פון שולם נעבך נעבך
שקל
וואס הייסט אין ערגסטען פאל?
פארקערט אויב עס וועט זיין ווי די זאגטס
אז די צוויי ברידער וועלן שלום מאכן און די אלע שונאים פון ר' אהרן/די רבי
וועלן צוריק גיין פון ווי זיי זענען געקומען וועט זיין שלום ושלוה
טאאאאאאאאאאאאאאאאאא!!
ווער רעדט פון שלום מאכן מיט זיי?
מען רעדט שלום אזוי ווי תשנ"ו ביים אבן הפינה פון נייעם ביהמד
דעלמאט זענען נישט געווען די אלע וואס רופן זיך היינט זאליס
דא האסטו ראדני152 וכל שום וחניכא מבני בניו ווילי יונג אני יהודי ETC זיי ווילן נישט קיין שלום זיי שרייען נעבעך פון זיי רעדט מען נישט
חידא!!
אויב בוש זעהט אז בין לאדין שטייט גוט און סיי אמעריקע און סיי בין לאדין קענען געווינען
וועט בוש מאכן שלום מיט אים ?
און אים אפפערן האלב USA?
קראל ראוו יא יא די קליגסטע מענטש קען זיך אויך א מאל פאר רעדן
די שרייבסט מבני בניו וויל נישט קיין שלום יא ביסט גערעכט ווייל מבני בניו איז אן ארויני
פאטאקי [בילד – נישט אפגעהיט]
סוועט אין סאטמאר נישט זיין שלום פיריעד
זאל מען אויפנעמן ליפא פאר רבי וועלן זיי אויך בלייבן דארט אבי נישט די רב
ראדני152 איז א ארויני
ראדני איך ווייס דאך יא...
תוקן על ידי - קארל_ראוו - 22/03/2006 2:14:01
קארל ראוו
אפילו פאר א טעות זאג נישט אזוי עס באדערט מיר פערזענליך אז מ'זאגט דאס ווארט ארויני אויף מיר
צוריק צום ענין די ארוינים מיט זייער פירער ר' אהרן האלטן נישט ביים גיין צו דין תורה און מאכן שלום
אין קרית יואל איז שוין עטליכע מאל געווען וואלן זייט תשנ"ט, פאר מעיאר, ווילידזש טראסטיס און פאר סאסמאן אלס סופערווייזער אדער קאונטי עקזעקעטיוו, איך געדענק שוין נישט גענוי
די זאליס האבן אלעמאל געשריגען אז די וואלן זענען א רעפערענדום אויפן רבנות
דער איד, דער אפיציעלער ווארטזאגער פון די זאליס, האט אפן אזוי געשריגען אין זייער עדיטאריעל אז די וואלן זענען געווען א רעפערענדום אויפן רבנות אין קרית יואל
ביי וואלן געווינט מען מיט איין שטימע מער
בוש קעגן גאור אין די 00' פרעזידענט וואלן האט געווינען מיט א נישטיגע פאר הונדערט שטימען
פארפאלן, ר' אהרן האט געווינען די וואלן אין קרית יואל, ער איז היינט רב מיט וואלן
MENCH
איך מיין אז וואלען אין ק"י איז נישט א רעפערענדאם אויף די רבנות, די ביסט מיטגעכאפט געווארען מיט "דער איד'ס" פראפאגאנדע
איך האלט אז וואלען אין ק"י איז א אויסדריק פין יעדענס פערזענליכע עקספיריענס מיט זיך רעכענען זיך מיט עיהם בנוגע סערוויסעס פין דעם שטעטעל וואס ער מיינט אז עס קימט זיך עיהם בין לטוב או לרע
למשל
פרייזען פין הייזער וואס מען ברויך צאהלען
פערמיטס צי בויען
סכסוכים צווישען שכנים
רעכענען זיך מיט מיין מיינונג
טעקסעס
פערזענליכע הכרת הטוב אין ידידות מיט די קאנדידאטען
אין אסאך וואס האבען א פילאסעפי אז קיינער זאל נישט זיין צי שטארק אין אביאזען זיינע פאווערס אין אפילו ער וואוט פאר א קעגענער וויל ער נאך נישט אז יענער זאל באמת געווינען
למשל ווען יאסעל וואלדמאן האט מכלומרשט באקימען איבער 600 וואטס בין איך זיכער אז זייער ווייניג מענטשען האבען באמת געוואלט אז דער מטורף אין מסור זאל געווינען אויסער זיינע טעכטער וואס האבען געוואוט עטליכע מאל ביז מען האט זיי געפאקט
בקיצר אז טאמער די וואלען וואלט געווען נאר אויף די רבנות וואלט ר' אהרן אריין געקימען מיט 75-80% אין דאס איז שוין מיט די פאלטשע פראפעגאנדע אקעגען רב פין דעם צד המסרבים לדין וואס וואלטען אויפגענימען אפילו יאסעל וואלדמאן אבי נישט דער רב
אין דאס איז מיט אסאך מער ווי אפילו דער רבי זי'ע האט געווינען אין סאטמער דאס רבנות
דאס איז מיין מיינונג אבער איך קען דערהערען אן אנדערענס אויך
תוקן על ידי - 13Hooper - 22/03/2006 14:20:30
איך ווייס נישט וואס מֹאיז יעצט
אויפגעקימען מיט א שלום פלאן?
סאטמאר האט שוין לאנג א שלום פלאן און
":דאס" וועט אי"ה אויסגעפירט ווערן.
דאס איז
שלום
לאנדאֹס
פלאן
תוקן על ידי - monroe06 - 22/03/2006 18:07:42
אויב מ'זאל מיר אנעמען אז קרית יואל האט נישט קיין מרא דאתרא, און סיז א שטאט מיט אסאך חסידות'ן יעדער איז מרא דאתרא אין זיין חסידות, האט דאך נישט קיין פירוש צו נעמען די ווילעדש וואלן פון א געמישטע שטאט אלס א מוסטער פון וויפיל פראצענט מ'זאל זיך צוטיילן אין סאטמאר, ביי די ווילעדש וואלן האבן דאך געוועהלט אלע חסידות'ן, דאס איז דאך א נייטראלע מוניסיפאלער עלעקשאן, פונקט ווי ס'פאלט קיינעם נישט ביי אז אין וומ"ס זאלן שטימען אלע חסידות'ן אין די סאטמארע קהלה וואלן, אדער ס'פאלט קיינעם נישט ביי אז מ'זאל נעמען די לעצטע מעיאר אדער גאווערנער וואלן אין וומ"ס אלס א מוסטער פאר די סאטמארע קהלה, די זעלבע אין קרית יואל פארוואס זאלן די חסידות'ן טאהש, ספינקא, ברסלוו, שארמאש, בני יואל, קאשוי, תולדות אהרן, בארדישל, בעהוץ, אריינרעדן אין די סאטמארע מחלוקה, אויב וואלן, זאל עז זיין לויטער חסידי ר' אהרן אין חסידי ר' זלמן לייב.
ואת"ל אז אלע זענען לעולם סאטמארע חסידים ותלמידים וואס האבן אינוועסטירט אין די שטעטל, נו פארוואס עפעס זאל די גאנצע 40% גיין נאר פאר ר' זלמן לייבן, וואס איז ער א גרעסערע מיוחס ווי די אנדער חסידותן, זאל מען טאקע צוטיילן יעדער לויט זיין פראצענט, למשל בני יואל באקומט 15%, ר זלמן לייב 15%, טאהש 5%, תו"א 5%, באדישעל, .00005%, וכדומה, אנדערש ביסטו נישט גאראנטירט אז מארגן וועט זיך נישט אנרוקן אלתר משה גאלדבערעגער מיט די טענה למה נגרע.
בית רבינו מוז ווערן געשליכטעט אונעם סיכסוך ווייל דאס די די שורש און איינע פון די עיקר טענות פון די מחלוקת, און אויב דאס וועט נישט ווערן געשליכטעט איז נישט דא קיין מציאות אז זאל זיין שלום, און זאל טאקע משה פרידמאן אויך אונטערשרייבן שטרי ברורין, און מ'זאל דאס אויך דן זיין צו עקסטער צו ביינאזאם, נישט קיין נפק"מ ווי אזוי.
די נאאיווע זאלונימלעך וואס האלטן שוין ביי די גסיסה,
געבן נאך דעם פארשריפט וויאזוי דער שלום זאל אויס זעהן,
ניין, נישט חלילה קיין שלום, ווייל דאס זענען זיי אויך מודה אז ס'קען
נישט און וועט נישט זיין, נאר זיי געבן דעם בלא-פרינט פון די חלוקה,
און מען זאל צו טיילן די בנינים און נישט מער און נישט ווייניגער
זיי פארלאנגען 40 פראצענט, פאר זיך, איי זאלונים חזירים, וואס איז מיט בני יואל?
קומט זיי נישט כאטשיג 20 פראצענט, און וואס איז מיט שארמאש, עטליסט
30 פראצענט, און וואס מיינט איר, טשאד קומט גארנישט?, לאמיר זיי אויך
ווארפן א 15-20 פראצענט, און טאש, ברעסלעוו, סאסמאן, רעבעצין, חרדים,
אייזיק ספינקע, און נאך עטליכע עזות פנימער, לאמיר יעדן געבן, 10 פראצענט EACH,
איין מינוט, שיעור פארגעסן, פון יפו, עם קומט כאטשיג 25 פראצענט, (ער איז
דאך געלאפן פאר טראסטי...),
זאלונים זיסע, עס ארבייט נישט אזוי, עס קענען זיך נישט אויף שטעלן אפאר
מחוצפים אין א קהילה און זאגן עד כאן, מיר זענען 30 פרצענט על כן געב
אונז 30 פראצענט פון דיין רכוש, ניין, אין אמעריקא ארבייט דאס נישט,
נישט על פי חוקי התורה, און נישט להבדיל חוקי המדינה, דא איז פשוט
WINNER TAKES ALL, און יעדער ווייסט אז מיר אהרונים גייען אלעס
געווינען און איר זאלונים וועלן בלייבן מיט די צונג אינדרויסן, (טאמער גלייבט
איר נישט, דאן פרעגט ר' לייטנער, און ר' טודרוס מיט דעם הורדענקע רב,
וואס האבן זיך עפעס אויף געוועקט, און פארלאנגען שלום, עפעס פארלאנגען
זיי מען זאל גיין צו דין תורה, (האט דער סמכות העליונה אויך עקספייערט???)
רעבע לייטנער, מה היום מיומים? וואס איז עפעס געשען? האט אייך ראזענוואסער
געוויזן דעם שולחן ערוך ווי עס שטייט אז "לפניהם" ולא לפני עכו"ם, איר האט דאך
שוין ארויס געגעבן א קול קורא מודיע זיין דעם "ולא לפני עכו"ם" און פונעם "לפניהם"
האט איר לגמרי פארגעסן, ווער האט אייך יעצט דערמאנט? הא?,
אין שלום אמר ה' לרשעים, מיט רשעים טאר מען נישט און מען קען נישט
מאכן קיין שלום, און אויב די אהרונים מיט זייער גיט הארץ, באשטייען עפעס
צו געבן פאר די זאלונים, אבי פטור צו ווערן פון זיי, דאן הערטס גיט צו זאלונים'לעך,
שטעלט אייך ביי די וואנט, האלטס אפן די האנט, און מאכט צו די אויגן, און מיר
וועלן אייך עפעס אריין לייגן אין די האנט, זאגט שיין א גרויסן יישר כח,
און פוצט אפ פון דאנעט...
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 22/03/2006 23:58:05
מקוה איד,
I SALUTE YOU!!!
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
אום אפגעשמיסט, האבן מיר אין איין צייט געשריבן בערך דעם זעלבן ארטיקל,
בערך אויפן זעלבן גאנג, ושנינו בסגנון אחד כתבנו...
יענקעלע
איך לשעצמי זעה איך נישט מ'זאל זיך אמאך אראפ זעצן פארהאנדלן און איך האב עס שוין אפאר מאל געשריבן, אלעס וואס איך שרייב איז פשוט FOR THE SAKE OF ARGUMENT, איך זעה נישט ווי אזוי די זאליס זאלן איינגיין אויף עפעס ווייניגער ווי אינגאנצן שחט'ן ר' אהרן, אפי' די PROPOSAL וואס איך האב ארגינעל געשריבן, וואס האט אויסגעקוקט זייער GENEROUS, וועלן זיי אויך קיינמאל נישט איינגיין, ווייל ביי זיי מוז ר' "אהרן ט"ב" זיין דער שיגץ, אנדערש צופאלן זיי.
ווען נישט יענקעלע וואלט איך שוין לאנג נישט געפענט היידפארק
כה לחי!!!!!!!!!![בילד – נישט אפגעהיט]