מעכטיגע דורכפאל פאר די זאלי'ס!!!
שאך-מאט!
היינט איז אנגעקומען די ענטפער פונעם בית המשפט אין מדינת ישראל, נאכדעם וואס מענדל וואלארשטיין האט אריינגעגעבען א קאלאגע אין די ציוניסטישע ערכאות קעגן די ערי' בני ברק, פאר געבן די פערמיט צו בויען די נייע בנין אין שיכון קרית יואל בני ברק, צוזאמען מיטען מעכטיגער נייער היכל התורה.
די זאליס האבן "דערווייל" געהאט א פראבלעם צו ריפען די הנהלת המוסדות בראשות רבי משה חיים ווייס שליט"א אינעם ציוניסטישען געריכט, ווייל גלייך וועלן ארויסקומען די בתי דינים אין בני ברק ווי הרב קארעליץ הרב וואזנער רבי משה לאנדא וכו' מיט שרייעדיגע סירובים און התראת בית דין, זענען זיי אויפגעקומען מיט א טירק זיי וועלן ריפן די ערי' אין געריכט דאס איז מעג מען, אין די ערי' וועט שוין אריין שלעפען רבי משה חיים ווייס שליט"א.
די לויער פון וואלערשטיין- אין ר' חיים הערשלע האבן געשיקט צו די בית המשפט א קלאקע שרייבענדיג אז די ערי' בני ברק האט נישט געהאט קיין רעכט צו געבן א פערמיט פאר רבי משה חיים ווייס שליט"א צו בויען די לאט.
די ערי' האט גענטפערט פאר די בית המשפט אז זיי געבן שוין פערמיטס פאר רבי משה חיים ווייס שליט"א שוין 30 יאר און ער האט די ליגאלע פאפירן, און זיי ווייסן נישט ווער דער וואלארשטיין איז, ממילא אז זיי האבן עפעס א טענה זאלן זיי ריפען רבי משה חיים אין קארט, און נישט זיי.
דארנערשטאג האט האט די בית המשפט גענטפערט פאר וואלערשטיין - ר' חיים הערשלע אז זיי האבן עפעס א טענה זאלן זיי ריפען רבי משה חיים ווייס שליט"א אין געריכט, און נישט די ערי'.
יעצט איז שאך- מאט פאר די זאליס אין דער שאס האבן זיי געכאפט.
און דערווייל דאנקן סאטמאר חסידים דעם רבשו"ע אז ער מאכט ציונישט די פלענער פון די רשעים, און די פארגאנגענע וואך זינטאג האט דער ציבור געזעהן מיט די אויגן ווי די טראקטארס האבן שוין אנגעהויבען צו גראבן די גריב אפען נייעם לאט, ווי די ארבעט גייט אן מיטן פולסטן בעזהשי"ת
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!!
תוקן על ידי - כל_העולם - 19/03/2006 21:40:05